Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 38 (sequence 44)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--330-9581614- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
קונםט און ליטעראטור כראניק צו דער כאראקטעריםטיק פון יענער צײט איז װערט צו באמערקן׳ אז רב משה אראגעל האט זעהר ניט געװאלט איבערנעמען די דאזיגע ארבעט׳ ער האט זיך געשײעט צו ארבעטן אויף א תנ״ך׳ װאס איז באשטימט םאר דער קאט^לישער קירך• און אזוי װי ס׳איז געװען באשטימט די ביבל צו אילומינירן׳ האט ער געהאפט זיך צו ראטעװען מיט׳ן לאו פון די עשרת הדברות׳ לויט װעלכן ם׳איז פארװעהרט צו מאכן בילדער אלס הײליגטום װעגן דעם איז ארויסגעקומען א גאנצע קארעספאנדענץ צװישן אים און דעם פארשטעהער פונ׳ם פראנצישקאנישן קלויסטער אין טאלעדא׳ אריאס דע־ענצינאם• דער דאזיגער תרוץ פונ׳ם רב איז אבער אפגעשלאגן געװארן דורך דעם׳ װאס פאר די מאלער׳ם איז געגעבן געװארן אלם פארלאגע צו דער אילומינאציע־ארבעט׳ א כתב־יד׳ װאם האט זיך געםינען אין דער טאלעדער קאטעדראלע• דער רב װעלכער איז אלײן געװען א װאסאל פונ׳ם ארדן׳ האט גיט געהאט מעהר קײן ברירה און ער האט געמוזמ נעמען זיך צו דער ארבעט׳ װעלכע האט געדויערט בא אים גאנצע 8 יאר• שיר השירים׳ געשריבן און אילוםטרירט פון רפאל בוזאני׳ פארלעגט בא האנס שטרים׳ בערלין 1923׳ אלײן פארקויף בא ס• ױראװיץ בערלין׳ אפגעדרוקט אין 200 עקסעמפלארן אויף װאן־געלדערן בוטטען־פאפיר׳ פרײז 8 דאלאר. מיר מעגן זיך גליק װינשן׳ צו אט דער נײער פארם פון דעם שיר השירים׳ װאס דער קינםטלער בוזאני האט אונז געגעבן• די בלעטער פונ׳ם שענעם מאפן־װערק װערן באטראכט פונ׳ם לעזער מיט א װאקםנדן געפיהל פון גליק• דער בליק גליטשט זיך אראפ פון דער עדעל ־ געפארמטער שריפט׳ װעלכע איז גאכגעבילדעט דעם אלט־ אשכנזי׳שן און פארבינדט זיך הארמאניש מיט די 3 ביז 4 צײלן שטארקע אנפאנגם־ װערטער׳ װעלכע זײנען נאר צארט אנגעהויכט מיט סעפיא־פארב׳ און ער געהט איבער אויף די בילדער׳ װאס שטעהן אין אנגענעמענער אפװעקסלונג׳ אט אין אנהויב׳ אט אין םוף פונ׳ם בלאט׳ און אמאל גאר פולן זײ אוים ד$ס גאנצע בילד• דער קינםטלער האט גליקליך געלעזט די שװערע פראבלעמען׳ װאס זײנען באקאגט יעדן׳ װער עם האט געפרובט פארבינדן דאס בילד מיט שריפט• דאם װערק איז געמאכט געװארן ליטאגראפיש׳ דער טעקםט איז געשריבן געװארן פונ׳ם קינסטלער אלײן, מיט דער האנט׳ און צוליב דעם האט ער זיך אויסגעלערנט א ביםל העברעאיש און שטודירט אלטע ײדישע כתב־יד׳ן• די בילדער זײנען געצײכנט אויף סקיצנהאפטער מאניר מיט ליטאגראפישן קרײד און מיט א ביםל פארב זײנען דא און דארט דערגרײכט געװארן רײצנדע װירקונגען• דער קא־ לאריט׳ װי אויך די פארמען׳ האבן עפים פון פוםענס אידילישן קלאסיציזם• עס הערשן זילבער־גרינע׳ ברוין־גרויע׳ גײטראלע און בלאס־געלע טענער• הימעל׳ בוים בארג׳ טשערעדע און מענש פליעםן אינאײנעם אויף און אפ; דאס גאנצע איז גיכער א געזאנג־באגלײטונג צו שיר השירים׳ אײרער א ניכטערנער׳ קלײנליכער׳ מורא׳דיג גענויער און דערפאר ניט געניגענדער פירוש צו אים• אודאי׳ װעניגער פון אלץ איז גערזןטן די געשטאלט פון שלמה המלך׳ װאס פיהרט ארײן אין די בלעטער־רײהע׳ און װעלכער זעהט אוים אפערנהאפט הויל אין זײן האל־ טונג• אבער שוין דאם שער־בלאט מיט די שען אפגעװאויגענע צײלן און מיט דער לאנדשאפטסםקיצע׳ װאס איז אזוי גליקליך אהין ארײנקאמפאנירט געװארן׳ שטעלט אװעק אזא טאן׳ װעלכער האלט אן איבער דעם גאנצן װערק• עס איז א שטילעי געזאנג׳ װעלכער ציטערט נאך אין דער נשמה א שטיק צייט נאכדעם װי מ׳האט דאס בוך שוין אװעקגעלעגט פון דער האנט• עס װעט ניט זײן $הן אינטערעס געװאר צו װערן׳ אז דער קינםטלער איז א זון פונ׳ם בארימטן פיאניםט פערוטשיא בוזאני• זײן אויםבילדונג האס ער באקומען אין פאריז• א ענגלישע אויםגאבע פון דעם דאזיגן װערק איז פאר א קורצער צײט ערשינען אויך אין דעם זעלבן פארלאג• הײנע׳ העברעאישע מעלאדיען׳ מיט 12 ליטאגראפיען פון רחל שאליט־מארקוס׳ א באגלײטונגס־װארט פון הוגא ביבער׳ ארויסגעבער: ליטערארישע פאראײניגונג ״העספערוס״׳ בערלין 1923. די אילוסטראציעס צו הײנעם ״העברעאישע לידער״׳ פון דער גראפיקערן רחל שאליט־מארקוס׳ איז װי א ײדישע איבערזעצונג פונ׳ם דײטשן י. ריבאק׳ס אויסשטעלונג. דער שאפונגם־װעג פון דעם מאלער י• ריבאק באװײזט א הארטנעקיגן רצון• װאם בא אנדערע איז אפטמאל נאר שפילערײ אדער מאדע־נאכגעהן׳ איז בא אים שטענדיג א מיה־פולע איבערלעבעניש• דעריבער קאן ריבאק ניט פשוט נעמען און זיך אויסטון פונ׳ם קוביזם׳ אזוי װי מ׳װארפט אראפ פון זיך א אלט מלבוש׳ נאר ער מוז כםדר זיך מיט אים װידער אמאל טרעפן• און ער האט עם םארשטאנען אים צו פארטיפן און געװינען אין אים אלע מאל נײע זײטן• די דאזיגע סטיל־פארם גיט נאך׳ װי עם װײםט אוים׳ די פאםיגםטע אויסדרוקס־מיטל פאר די מיםטישע אבםטראקציעם׳ צו װעלכע ער איז צוגעטון• די אויםשטעלונג פון זײנע װערק׳ װעלכע איז פארגעקומען ענדע דעצעמבער אין לאזשען־הויז אין בערלין׳ האט געגעבן געלעגנהײט צו פארגלײכן ריבאקס פריערע שאפונגען מיט די פון דער לעצטער צײט• דארט זײנען געװען 15 געמעלן פון די יארן 1916-17 (פון זײ זײגען דרײ: ״די אלטע שול״׳ ״די שקלאװער שול״ און ״דער זקן״ געװען פארעפנטליכט אין ערשטן העפט ״מילגרוים)׳ די אריגינאל־צײכנונגען צום ״שטעטל״ (ניט לאנג פארעפענטליכט) און א םך צײכנונגען און געמעלן פון די םאמע לעצטע י$רן• אויםער דעם איז אויםגעשטעלט געװען די ניט־פארעפנטליכע םעריע פון פאגראם־ בילדער (לובקי) אין אקװארעל• מארעק שװארץ. אין נאװעמבער איז אין קינםטלער־קלוב ״םאלאניע״׳ אין װארשא געגעבן געװארן א אויסשטעלונג פון מארעק שװארץ׳ס םקולפטורן• עם זײגען אויםגעשטעלט געװארן רעליעפם אין מעש און קופער אין א םאלקס־ טימליכן םטיל׳ לויט דעם אינהאלט — ביבלישע מאטױון און ײדישע זיטן־סצענעס• יוםף זײדענבײטל. די ײדישע קונםט־געזעלשאפט אין װארשא האט פאר־ אנשטאלטעט אינ׳ם הויז פון דער קהלה א אויםשטעלונג פון געמעלן און צײכ־ נונגען פוג׳ם ניט־לאנג פארשטארבענעם קינםטלער ױםף זײדענבײטל׳ לזכרון פונ׳ם נפטר• מאקס באנד און י• ריבאק. בײדע קינסטלער האבן אויםגעשטעלט דא ניט־לאנג אין דער גאלעריע טװארדי אין בערלין׳ דעד ערשטער הויפטזעכליך פון שטיל־לעבן׳ דער צװייטער׳ צװישן אנדערן אויך א פארטרעט פונ׳ם שריפט־ שטעלער נסתר• דוד קאהן. אין נאװעמבער האט די גאלעריע האלבײן אין װין געגעבן א געדעכעניש־אויםשטעלונג פון די פארטרעטן׳ זיטן־געמעלן און צײכנונגען פון דעם מאלער דוד קאהן׳ װעלכער איז געשטןןרבן אין יאר 1922 און איז געװען באקאנט אויך דורך זײן קונסט־פעדאגאגישער ארבעט. זײענדיג א תלמיד פון אײזעגמענגער און פילאטי האט קאהן קולטױוירט א ניט־אויפרעגגדיגן׳ געמיט־ פולן זשאנר און איז געװען אלם פארטרעט־מןןלער זעהר באליבט אין דער װינער געזעלשאפט• אליהו גינצבורג. דער אקאדעמיקער אליהו גינצבורג אין פעטראגראד האט באקומען דעם אויפטראג פון דער רוסישער רעגירונג צו שאםן א דעגקמאל פאר פלעכאנאװען• דאס װערק איז שויןפארטיג אוןװעט בקרוב אויפגעשטעלט װערן אין פעטראגראד• די אליװארעס ביבל. דא ניט־לאנג איז דערשינען בא די ברידער מאג אין לאנדאן אין געצײלטע עקזעמפלארן׳ אין פארלאג פונ׳ם הערצאג פון בעריק און אלבא׳ די בארימטע ביבל׳ װעלכע איז געלעגן אין מאדריד אין דער קאזא־דע־ אלבא׳ א אײגנטום פונ׳ם אנגערופענעם הערצאג• דאס פראכט־װערק קאםט 34 ענגלישע פונט• דער כתב־יד איז פארענדיגט געװארן אין יאר 1430 און אנטהאלט דעם תג״ך אין א קאסטילישער איבערזעצונג• די קארעקטור לויט דער ײדישער מסורה האט געמאכט רב משהאראגעל׳ דעררב פון גװאדאלאכארע״ א קאסטילישער ײד• דאס מאגוםקריפט האלט 515 פארמעט־בלעטער׳ אראגעלםיפירוש איז געשריבןאויף די זײטיגע ראנדן• די ביבל איז דורכאוים אילומינירט און אוים׳ן שער־בלאט ברײנגט זי א בילד פון משה אראגעל׳ װעלכער טרזןגט׳ אגב׳ א ײדישן ןןפצײכן׳ בשעת ער גיט איבער דעם תנ״ך צום גרויסמײםטער םון קאלאטראװא־ןןרדן׳ דאן לואי דע־גוזמאן׳ אין געגנװארט פון דאמיניקאנישע און פראנצישקאנער מןןנאכן, ריטער און װאםאלן•