Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 39

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 39 (sequence 45)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--331-9581615
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אונטערן נאמען ״מבשר בשורהעיקעס״׳ װירקן אפקיהלנדיג און שװאכן אפ אביסל דעם אלגעמײנעם אנגעשטרענגטן טעמפ פון דער פיעםע• ד״ר שיפער׳ געשיכטע פון דער יידישער טעאטער־קונסט און דראמע׳ פון די עלטסטע צײטן ביז 1750׳ מיט 19 בילדער׳ ערשטער באנד׳ װארשא׳ פארלאג ״קולטור ־ ליגע״ 1923. דאס פארליגנדע װערק איז א װיכטיגער בייטראג צו דער אויספארשונג פונ׳ם ײדישן פאלקס-טעאטער און פילט אױם א לעדיגן ארט אין אונזער געשיכטס־ שרײבוגג• דער מחבר האט זיך באנוצט מיט א רײכן מאטעריאל און עם םיםטע־ מאטיש באארבעט• מיר האפן נאך צוריק צו קומען צו אט דער דערשײנונג אין אײנעם פון אונזערע װײטערדיגע העפטן. דער ,,קולטור־ליגע״ קומט א דאנק פאר דער ארויםגאבע• - די ײדישע ליטעראטור האט זיך אין דער לעצטער צײט בארײכט מיט איבערזעצונגען פון פילאזאפישע און געשיכטם־װיסנשאפטליכע װערק. מיר ״ארצײכעגען דא שפינאזעם ״פאליטיש־טעאלאגישן טראקטאט״ אין נ• פערלמאךס איבערזעצונג און מיט אנ׳ארײנפיהר פון ד״ר פארנבערג (פארלאג יאנקעװיטש)׳ שפינאזעס ״עטיק״ אין װ• נאטאנזאךס איבערזעצונג (פארלאג ״קולטור־ליגע״׳ װארשא)׳ און ענדליך קיטעלם תנ״ך־װיםגשאפט׳ איבערזעצט פון ש• ראזענפעלד (פארלאג ״קולטור־ליגע״׳ װארשא)• - אין ניו־יארק איז דערשינען דאס ערשטע העפט׳ פון א מאנאט־שריפט פאר טעאטער און ליטעראטור אונטער׳ן נאמען ״טעאליט״׳ רעדאקטירט פון ש• ניגערן ד״ר מוקדוגי און מ• עלקיך היסטארישע ליטעראטור. ש• דובנאװ איז איצט באשעפטיגט מיט דער ארויםגאבע פון זײן סז־בענדיגער ״געשיכטע פון ײדישן פאלק״ אין פארשידענע שפראכן• צום ערשטן דערשײנט די גײסטע געשיכטע פון ײדישן פאלק׳ םון װעלכער עם ליגן פאר אוגז שוין 3 בענדער פון דער רוסישער אויםגאבע או דער ערשטער באנד פון דער ײדישער• צװישן די ױנגע ה־םטאריקער נעמט זיך אויס ד״ר נ• מ• געלבער מיט זײן אינטענםױוער ארבעט• פאר א קלײנער צײט בערך זײגען פון אים דערשיגען 2 װיכטיגע םפרים׳ װעלכע פארדינען אויפמערקזאמקײט׳ אפילו ניט אין ספעציאליסטן־קרײזן• אײנער: 1)ת111843\׳ 116ס18ס1סק ■161• ^סס ם16)נ1ך ©זס 1863׳ (פארלאג ר• לעװיט׳ װיעךלײפציג 1923)׳ באהאנדעלט די שטעלונג פון די ײדן בשעת דעם צוגרײטן זיך צום אויפשטאנד און דער נאך בשעת ער איז אוים־ געבראכן — אויפ׳ן םמך פון ארכױוארישן מאטעריאל. דער םפר איז אויך אויסערליך זעהר אנגענעהם און אנטהאלט צװישן די אנדערע בײלאגן א רעפרא־ דוקציע פון א אויפרוף צו די פוילישע ײדן >.ין יאר 1863• דער צװײטער םפר הײסט 1 מ1£<£1^מ1111ז811(ן 61^1 8״\׳ (פארלאג ר• לעװיט 1924) און אנטהאלט א רײה ארטיקעלן צו דער נײער געשיכטע פון ײדן׳ באזונדערס אין פוילן און אין גאליציען• מיר װײזן אן באזוגדערם אויף צװײ העכםט־אינטערעסאנטע ארטיקלען אײנער באהאנדלט מענדעל סאכאטשעװער׳ א תלמיד פון משה מענדעלסאן׳ װעמעס װירקונג פאר דער השכלה פון יענער צײט איז נאך ניט װי געהעריג אפ־ געשאצט געװארן. אינ׳ם צװײטן ארטיקל רעדט זיך װעגן פאלקס־זינגער בעריל בראדער׳ װעלכער איז געװען דער פארגענגער פונ׳ם ײדישן קאבארע• אינ׳ם ארטיקל װערן געבראכט מוסטערן פון די שאפונגען פון אט דעם אײגנטימליכן אלט־ײדישן פןןלקס־דיכטער. לעװ שעםטאװ װעגן פאסקאל. צוליב דעם געדענק־טאג פון 300 יאר זײט םאסקאלם געבורט׳ װעלכע איז געפײערט געװארן בא אלע קולטור־פעלקער׳ איז כדאי צו דערמאנען דאס װערק פון דעם רוםיש־ײדישן פילאזאף און ליטעראטור־ קריטיקער לעװ שעסטאװ׳ װעלכעס איז געװידמעט צו דער פילאזאפיע פון פאסקאל׳ן. דאם װערק איז דערשינען אונטער׳ן נאמען: ״די נאכט פון גמ־שמך׳ (פראגצויזיש) אין די ״גרינע העפטן״׳ װאס װערן ארויסגעגעבן אין פאריז דורך דגיאל הלוי• שעסטאװ פארשט נאך די שפורן פונ׳ם פראבלעם׳ װעגן ״גאטס־ גנאד צו זײנע אויםדערװעהלטע״׳ — א פראבלעם װאס דער יאנםעניםט פאםקאל האט עם אװעקגעשטעלט אין מיטלפונקט פון זײן באטראכטוגג׳ - און געפינט זײער מקור אין דער ביבל. די געשטאלטן פון אױב און ישעיהו הנביא געבן אים דערצו דעם הויפט־שטאף• דיכטער׳ דען גראד אין זײנע װערק מיט ײדישן אינהאלט איז הײנע מעהר דײטש׳ מעהר אײראפעער אלס ײד• עס פעהלט אים דאס אונמיטלבארע שײכות צו דער ײדישער םביבה• עס האט געמוזט קומען א מפורש צו אים׳ װעלכער שטאמט אלײן פון אט דער סביבה׳ און װעלכער האט פארמאגט אנצופילן מיט לעבן די אומריםן׳ װאם דעם דיכטערס בײנקעניש האט געצײכענט• דער הײנע׳ װעלכן שאליט מארקוס האט מפורש געװען, איז שװערבליטיגער׳ אײנדײטיגער׳ אורװיקםיגער׳ באדנשטענדיגער• ער איז װעניגער װיציג• אבער אפשר טאקע גראד אין אט דעם ״ערד־גערוך״׳ ליגט דער רײץ פונ׳ם ײדישן פירוש צו יענעם דיכטער׳ װעלכער האט זיך געפילט פרעמד אומעטום׳ און פאר װעלכן דאם ײדנטום איז געװען׳ װי א עראינערונג פון דער פארלאזענער הײמאט• א קאטאלאג פון אינקונאבעלן. די פרײםישע קאמיסיע פאר דעם אלגע־ מײנעם קאטאלאג פון אלטע דרוקן׳ האט אנגעהויבן ארויםגעבן איר רשימה׳ אין דײטשלאנד אלײן געפינען זיך אין עפנטליכע און אין פרױואטע ביבליאטעקן ביז 150 טויזענד ביבער פוין די עלטעםטע דרוקן• אין אמעריקא האט מען נאך פאר׳ן קריג אנגעהויבן מאכן א אינװענטאר פון אזעלכע ביכער• אין ענגלאנד האט דאס קאל^ניאל־מיגיסטערױם איבערגענומען צונויפצושטעלן אזא אינװענטאר אין אלע טיילן פון דער בריטישער אימפעריע. אויף אזא אופן קאן מען האפן׳ אז דער אלגעמיינער קאטאלאג וועט זיין באמת א פאלשטענדיגער. ביז איצט איז אזא פאלשטענדיגער קאטאלאג פון די ביכער׳ װאס זײנען געדרוקט געװען אין 15־טן יארהונדערט׳ ניט געװען• װילהעלם הויזענשטײן׳ בארבארן און קלאסיקער׳ בערלין 1923׳ בא ר. פיפער. אין פארגלײך צו דער קונסט פון אינדיען׳ כינא׳ יאפאן׳ אפילו נזןך צו דער קונםט פון פערו און מעקסיקא׳ װירקן די װערק פון אפריקא׳ באזונדעד פון אויסטראליע׳ בארבאריש• פאר הויזענשטײנן איז אבער בארבאריש דער אינבאגריף פונ׳ם פאלקאמענען, פון דער באװאוםטלאזער פארם• די מיט געשיכטע באלאםטעטע קונםט פון די איגדיער׳ כינעזן און יאפאנער רופט ער אן קלאסיש• - דאס װערק איז רײך אילוסטרירט מיט אפבילדונגען פון בילדער׳ װאס שטאמען פון טאהיטי׳ םאמאא׳ נײ־זעלאנ־׳ נײ־גװינעא׳ קאמערון׳ קאנגא׳ מאדאגאםקאר׳ אלאםקא׳ קװאטעמאלע׳ בארנעא׳ םוימאטרא׳ צײלאן׳ קאמבאדשא׳ יאװא און אזוי װײטער• הערבערט קיהן׳ די מאלערײ פוןדער אײז־צײט׳ דעלפין־פארלאג• די כאלעאליטישע קוגםט (די קונםט פון דער אלטער שטײן־צײט)׳ די התחלה פון קונםט בכלל׳ איז סענסאריש׳ נאטוראליסטיש• פאר איר איז כאראקטעריםטיש די צוזאמענהאנג־לאזיגקײט׳ דאם פעהלן פון יעטװעדער גרופן־בילדונג׳ פון יעדער אורזאכליכער פארבינדוגג• ערשט דער נעאליטיקער דערלאנגט צו דער אב־ טטראקציע׳ צו דער םטיליזאציע• דורך דער קונםט פון דער אײז־צײט (פינפציג ביז דרײסיג טויזנט יאר פאר דער געװעהנליכער צײטרעכנונג) קאן מען ברײנגן דעם באװײז׳ אז אין אנהויב פון דעם קונםטשאפן איז געװען ניט די אימאזשענאטױוע קונסט׳ ניט די געאמעטרישע׳ םטיליזירטע פארם׳ נאר דער חוש׳ די נאטורא־ ליםטישע םארם• ד$ס בוך איז אילוםטרירט מיט אפבילדונגען פון העהלן־װאנט־מאלערײען און קלײנפלאםטיקן םון די פירענעען׳ פון פראנקרײך און נידער־עסטרײך. אליהו מאטילעװ׳ קעניג דוד׳ א טראגימיסטעריע׳ בערלין׳ פארלאג עפראן(רוסיש). — אין דער פיעםע פונ׳ם ױנגן ײדישן דראמאטורג װיקלט זיך אויף אין 9 בילדער א רײה געראטן אויסגענוצטע מאמענטן פון קעניג דוד׳ם לעבן׳ װי די ליבע פונ׳ם קעגיג צו בת־שבע׳ דער אונטערגאנג פון תמר׳ן און דער טראגישער קאנפליקט מיט אבשלום׳ן.* די פיעסע איז קינםטלעריש צונויפגעשטעלט׳ און איז פאלקאם טעאטראליש• די האנדלונג אגטװיקלט זיך אויף גיך׳ ניטא קײן לאנגע מאנאלאגן׳ אבער אויך ניט קײן טיף־פסיכאלאגיש באארבעטע כאראקטערן• עם איז אזוי װי געגעבן געװארן א םכעמע׳ אין װעלכער א טאלענטירטער אקטיאר און א בריה א רעזשיסער קאנען פיל אויפטון• אײניגע דדאמאטישע מיטלען׳ װי א שטײגער דאס איבער־דערצעהלן דורך די פערזאנען זאכן װאס זײנען םארגעקומען׳ דאם װאס איז אין דער אלטער טראגעדיע באקאנט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.