Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 33 (sequence 39)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--325-9581609- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
בליק״ נאר זי זאל זײן א כהן־גדול פון רײנער און אמתער קונסט. *די פארמעלע זײט איז א סך רײכער און װעגט אריבער די מאטעריעלע. די בענקשאפט נאך א סינטעז פונ׳ם ײדישן גײםט מיט דעם גײסט פון דער אײראפעישער קולטור געפינען מיר בא א גאנצער רײהע פון דיכטער װי פערלע. בימקא׳ סעגאלאװיטש. ראװיטש. זשיטניצקי און אנדערע. דאם הײםט אבער ניט׳ אז זײער קונסט האט פארלוירן א יעדע שײכות מיט דער װירקליכקײט. אויף װעלכער עם בויט זיך און בליהט דאס גײסטיגע לעבן פונ׳ם דיכטער• אודאי פעהלט אין דער ריכטונג די אײנהײטליכקײט. װעלכע האט אויסגעצײכענט די פארגאנגענע תקופה• אדרבה עס האט זיך ארײנגעגנבעט אין איר א צעשפאלטנקײט. א שװאונג. א אײלעניש״ א מין האסטיג־ קײט. װאס קענצײכענט די איצטיגע אײראפעישע ליטעראטור. דורך אלע ליטערארישע ערשײנונגען קוקט ארויס דער קאמף צװישן גײסט און חומו/ - א מלחמה צװישן אהרימן און ארמוזד. דאס ראנגלן זיך מיט דעם שטן. װעלכער שאלט ארויס פון די װערק בא זשעראמסקמ בזשאזאװסקמ װאסערמאך טאגארע און אנדערע. אנגעכמורעטער רעאליזם פארט זיך מיט׳ן סימבאליזם פון װיםפיאנסקי און מאטערלינק. דער אויסגאנגס־פונקט פאר אלע שריפטשטעלער איז קודם כל דאס אינערע לײדן. אין אים אנטדעקן זײ דעם קװאל פון אײביגער שאפונגס־קונסט - בראדערזאן און גרינבערג. רא־ װיטש און פערלע. האפשטײן און מארקיש. קאציזנע און סעגא־ לאוױטש און װי זײ הײםן דארט אלע די ױנגע• די גאנצע ליטע־ ראטור זײערע איז פיל פון סימבאלן און פראבלעמען. יעדער פון אירע רעפרעזענטאנטן באקוקט די װעלט דורך אײגענע גלעזער. װעלכע זײנען פארטונקעלט און מאט״ װעלכע פאר־ דעקן אים די אויסזיכט אויף אנדערע שענהײטס־ערשײנונגען און אנטפלעקן אים די גאנצע טראגיק און די גאנצע מיאום־ קײט פונ׳ם לעבן. פון דעם שטאמט א געװיסע אײנזײטיגקײט. װאס דריקט זיך אויס אין דעם איבערגעװיכט פון פאנטאסטישע׳ אונטערבאװאוסטע. עקסטאטישע צושטאנדן. דער קאנטראסט צװישן געטליך און מענשליף צװישן ערד און הימעל״ - דאס איז דער הויפט־טאן. װאס קלינגט בא בימקא׳ סעגאלאװיטש׳ שטערן און אנדערע ײדישע מאדערניסטן. דאס פארזענליכע געפיהל. דאס באוװסטזײן פונ׳ם אײגענען גורל פאר־ װאנדעלט זיך בא זײ אין א קאסמישן שמערץ. אין א װעלט־שמערץ. עס איז שװער צו ערמיטלען זײן אפענהארציגקײט און אונמיטעלבארקײט. אלעס איז אפהענגיג פון דעם קאמף. פון דעם טעמפעראמענט, מיט װעלכן נבואה־שיר. לירישער, װיזיאנערער פאטאס דריקט זיך אויס• מען מוז צוגעבן, אז עם איז אין אים אויך דא אםך מארקשרײערישעס, װעניג הארמאניע און צו פיל פלאסטיק• דאם קומט דערפון, װאס װערענד אין אנדערע ליטעראטורן איז דערזעלבער גײסט־ פראצעס געװען א פועל־ױצא פון נארמאלער אנטװיקלונג׳ אין װעלכער די אפשטארבענדע איבערגעלעבטע דיכטונג האט געפיהרט צו א נארמאלער רעאקציע, איז אין דער ײדישער ליטעראטור אלעס געשעהן אויף א רעװאלוציאנערן אופן. מ׳זעהט אין איר ניט קײן לאנגזאמע שטופנװײזע אויס־ בילדונג וױ אין די ליטעראטורן פון אנדערע פעלקער• איר עוואלוציאנערער גאנג איז פלוצים איבערגעהאקט געװארן און גערופן א רעאקציע, װעלכע דריקט זיך אויס אין דעם צוריק־ קעהרן צום גײסט, אינ׳ם זוכן פון א גאט, װעלכער פעהלט דער מענשהײט, װעלכן מען האט פארלארן ערגיץ אינ׳ם געטומעל פון די קאנאנען־קראכן, אין דער גסיסה פון מלחמה קרבנות. הײנט לאזט זיך װאס אמאל העכער און שטארקער הערן דער געשרײ נאך גאט, נאך אמונה. דערפאר פאר־ נעהמען מיר אין דער איצטיגער פאעזיע אזוי פיל לאזונגען זעהן מיר אזא עשירות פון מאטױון, אזא פארשידנארטיגקײט פון געדאנקן, אין װעלכע עס דריקט זיך אויס דער דראנג פונ׳ם גײםט צו דער אײביגקײט, דער װילן צוריקקעהרן צו דער עװיגער ערשטער התחלה• אויפ׳ן ארט פון סאציאלע מאטױון זײנען געטרעטן עגאטישע, דער דיכטערישער ״איך״ און זײן פארהאלטן זיך צום לעבן, צום קאסמאס• און אז מען געפינט אפילו נאך שפורן פון סענטימענטאליזם, פארגעטערונג פונ׳ם עבר, האט דאס זײן ספעציפיש פסיכאלאגישן הינטער־ גרונד און נעהמט אן א ספעציעלן אלגעמײנען כאראקטער• דער הײנטיגער ליטעראטור געניגען ניט מעהר די אלטע װעלט־באקאנטע טעמעןו אירע שמערצן און האפנונגען, פרײד און לײד, געדאנקן און געפיהלן זײנען הײנט אנדערש: זײ זײנען פארגײסטיגט, דורכגעטרענקט פון אינערליכן איבער־ לעבן. זײ דערגרײכן דארט אהין, װאו דאס מענשליכע אויג קאן ניט דערגרײכן, װײל עס איז צו שװאךז דארט װאהין עס רײסט זיך ארויס דאס מענשליכע באשעפניש אויף די פליגעל פון גײםט, װאס אמאל העכער און העכער, איבער דעם ערדישען טאל. דער הײנטיגער מחבר װיל זיך באפרײען פון דעם פארגאנגענהײטס־קאשמאר, ער װיל אים אין זיך באקעמפן און זיך איבער אים און װײט פון אים דערהויבך עס האבן אין אים אויפגעברויזט די כװאליעס פון געפיהל און פאנטאזיע. װעלכע קענען ניט קײן גרעניץ, װײל דאס לעבן, די װירקליכקײט, די סביבה איז פאר זײ נאר א אויסערליכער אימפולס צו נײע, טיפערע, העכערע איבערלעבנישן• טײלמאל איז דאס נאר מאדע, שײן, פארשטעלונגן טײלמאל אבער שלאגט פון דעם אקעגען באצויבערנדע קראפט, א פאר־ שיכורנדיגער כח הדמױן. מאנכמאל איז שװער אבער צו שײדן דאם ערלעבטע פונ׳ם ערדיכטעטן, מאנכמאל רײסט אונז דאס נײע װארט, די נײע פארם׳ אזוי מיט, אז מיר פאר־ ־ד ־ז־ ז־ געסן דעם שקאלפעל און די סאנדע, די אלטע קריטערױמס װערן גלײכגילטיג, װײל דאס עשירות און די פארשידנ־ פארביגקײט פון די בילדער האלטן אונז געפאנגען. עפעס אן אבסאלוטע פארעקשנטע אמונה פיהרט זײ אלע - די דאזיגע נביאים פון דער נײער קונסט. זײ װילן פון דרויסן ארײנדריגגען אינ׳ם אינערן פונ׳ם לעבן און זײנע רעטענישן. פון דעם חומר װילן זײ דערגרײכן צום עצם פונ׳ם גײסט• זײער שאפונגס־דעװיז איז - דאס שטרעבן צום אבסאלוטן, דאם פארהעלטניש צו אים פונ׳ם מענשליכן ״איך״. מען דערקענט,אין איר נאך אומבאהאלפנקײט, אומגעלומפערטקײט, װילקיר. אונפאסבארקײט, א קינדישע פרימיטױויטעט, אבער עס קײמען פון זײ לאנגזאם, שטופנװײז נײע עלעמענטע, נײער שאפענס־פאטאס• עס איז מקוים געװארן דער אידעאל פון זשעראמסקי. אז די ליטעראטור זאל באפרײט װערן פון די געזעלשאפטס־ באנדן, זי זאל ניט דינען די באדערפנישן פון טאג און אויגנ־