Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 34 (sequence 40)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 68% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--326-9581610- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
טאניק׳ אין װעלכער מיר זוכן אומזיםט א שטראל פון זון אדער פרײד• יז די איצטיגע ליטעראטור צייכנט זיך אויס מיט א אויסער־ געװענליכער טעכגיק (בפרט אין דער פאעזיע)? אבער איר פעהלט א קריסטאליזירטער יסודן זי הײנגט צװישן הימעל און ערה זי אנטלויפט פאר דער װירקליכקײט און שלאגט זיך אן מיט אירע פליגל אין א באדנלאזער פאנטאסטיק.^ זי װײזט אויף א גרויסע ניט־אויסגעהאלטנקײט צװישן קוגסט און לעבן. עס איז אפילו אמת׳ אז די קונסט שאפט ערשט דאס לעבן׳ אדער געהט פאר אים פארויסז פון דעסט װעגן׳ אדער טאקע אפילו דערפאר׳ באשטעהט צװישן זײ א ענגער קאנטאקט. די קונםט לײהט דעם לעבן אפט אירע פארמען׳ און פארקעהרט װידער, איז די קונסט אנ׳אויספלוס פונ׳ם לעבן׳ װעלכעס שנײדט אפילו דורך איר אנטװיקלונגס־ליניע• די קונסט מוז אבער באפרוכפערט װערן פונ׳ם לעבנס־גײסט, פון דעם אײביגן רעװאלוציאנער׳ װעלכער פארענדערט אלעס׳ פארניכטעט און שאפט אויפ׳ס נײ. די דיסהארמאניע׳ װעלכע מיר זעהן צװישןלעבן און פאעזיע איןדער ײדישער ליטעראטור׳ האט איר סבה אין דער איצטיגער אויסער־געװעהנליכער לאגע פונ׳ם ײדנטום• עם באזיצט נאך ביז איצט קײנע קריםטאלי־ זירטע לעבנס־פארמעןז די אלטע זענען פארניכטעט׳ די נײע נאך ניט געשאפן♦ אבער די קונסט אנטװיקלט זיך פארט׳ און אזוי ארום אנשטעהן סכסוכים צװישן איר און דעם לעבן. די ײדישע שאפונג פארלירט דעם דירעקטן קאנטאקט מיט דעם לעבן פון דער מאסע׳ זי װערט העכסטענס א אפשפיגלונג פון אײנצל־נשמות און דאס אױך ניט אלע מאל פון אײגענע. דערפון שטאמט אין איר די געקינסטעלקײט פון דער פארם. מיר האבן א לעבנס־סטיליזאציע׳ אבער ניט א לעבן גופא. ״די מחברים פעהלט טײלמאל דער גרונט אונטער די פים׳ װעלכן ס׳האבן געפיהלט די אלטע ראמאנטיקער׳ שטיצנדיג זיך אויף באשײדענע׳ באגרענצטע׳ אבער דערפאר זיכערע קלײן־שטעטישע פארהעלטנישן פון דער װירקליכקײט• אויך בא די איצטיגע געפינען מיר אפקלאנגען פון געדעמפטער ראמאנטיק׳ בא מאנכע העכער׳ בא אנדערע שטילער׳ אפילו פרובן צו גאלװאניזירן דעם עבר׳ װי למשל אין דעם ראמאן פון װארשאװסקי ״די שמוגלער״׳ אין װעלכן די מענשן זענען אפילו גאגץ׳ זײ לעבן׳ אטמען מיט הײמישער לופט ז אבער דאס איז אלץ נאר א שײן• דעם ״שטעטל״ פעהלט דא די אויסגעהאלטנקײט פון כאראקטער׳ װעלכע עם האט געהאט בא די נעסטארען פון אונזער ליטעראטור• די עלטערע דיכטער קלײדן אין פאעטישע פארמן זײרע ערשטע אונמיטלבארע אײנדריקן פונ׳ם לעבן׳ װעלכע זענען נאטירליך בא פארשידענע יחידים פארשידן. דאדורך האט אײן און דערזעלבער מאטױו זיך געקאנט איבערחזרען אין פארשײדענע װאריאציעס. בא די אנדערע דאגעגן האנדעלט עס זיך ניט װעגן דעם א י ב ע ר ל ע ב ן ״ נור װעגן דער פאר־ טיפונג אין דעם אײגענעם געפיהל. אויסערליכע נאציאנאלע אדער סאציאלע מאטױון׳ נאטור־ערשײנונגען - דאס אלעם פארשװינדט אײגענטליך באם הײנטיגן דיכטער׳ עס פאר־ װאנדעלט זיך אין עפעס אינדױוידועלעס׳ אײגענעם• בא־ גײסטערונג׳ פארצװײפלונג׳ זעלבסטערקענטניש׳ סוביעקטױוי־ טעט װערן די מאטארן פונ׳ם שאפן׳ װאס הערשט איבער דעם שפרינגענדיג - אװעק װײטער. דערפאר פעהלט אין דער ײדישער ליטעראטור די צװינגענדע נויטװענדיקײט װעלכע רירט פון אײן שטרעמונג צו דער אנדעדער• װען דער אימ־ פרעסיאניזם האט געהאלטן אין בליהן האבן זיך שוין ארײנ־ געריסן אין אים די עקספרעסיאניסטישע עלעמענטןז קענען מיר דאריבער באאבאכטן אין דער איצטיגער ליטעראטור׳ װי בײדע עלעמענטן לעבן באאנאנד• אין אמעריקא צ• ב. זעהן מיר אין דער ײדישער דיכטקונסט נעבן דעם כאאס און גרויסשטעטישן לעבענסװירװאר אויך א בענקעניש נאך מנוחה און א שטילן יאוש♦ דאסזעלבע געפינען מיר אויך אין דער ײדישער ליטעראטור אין אוקראינע. דער ײדישער עקם־ פרעסיאניזם אין פוילען איז מעהר רעװאלוציאנער און דער־ פאר מעהר רעקלאמיסטיש און מארק־שרײעריש. מ׳פיהלט פון אים ארויס עפעס א נײע איבערקעהרניש פונ׳ם אינערן׳ א קאסמיש מיסטערױם׳ א נײעם עפאם• ער צײכנעט זיך אויס מיט א מין קאלײדאסקאפ פון באגאנגענהײטן און ערלעב־ נישן׳ אויף װעלכן דאס אײנצעלװעזן האט קײן שום השפעה ניט. אין אמעריקא האט דיזעלבע ריכטונג א פאראינערליכטן כאראקטער. די געדיכטע פון פרוג׳ רײזען אדער ראזענפעלד דריקן אויס קלײנע בענקנישן׳ זײ באזונגען נאטור־שײנקײט׳ שילדערן אויגנבליק־שטימונגען׳ פערזענליכע אדער נאציאנאלע ערלעב־ נישןז עס פעהלט זײ אבער די דינאמיק, װעלכע צירט די פאעזיעז למשל - װהיטמען װערהארען אדער אנדערע געגנװארטס־דיכטער׳ בא װעלכע עס שפרינגט אין אויג דאס גרויס־שטעטישע לעבן׳ מ׳הערט דעם רויש פון פאבריקן אדער דאס רוטשן פון מאשינען. דער דראמאטישער פערמענט לעגט ארויף אויף דער דאזיגער פאעזיע א באזונדערן דינאמישן חותם׳ װעלכער אונטערשײדעט זיך פון דער פריהעריגער סטאטיק. דער מענש בונטװעט זיך געגן די באשטעהנדע פארהעלטנישן׳ און װאלט גערן צערײםן די קײטן׳ װעלכע בינדן זײן באװעגונגס־פרײהײט. דאס פראבלעם האט צוערשט באארבעט פרץ אין דעם װעניג באקאנטן דראמא ״פאליש אויף דער קײט״. א פראסטיטוטקע צעברעכט די מויער׳ מיט וועלכער די ײדישע טראדיציע האט אפגעשײדט דעם זכר פון דער גקבה• עס באפרײט זיך און אנטלאדט זיך אין זײ ליבע און לײדגשאפט• זײ װארפן אװעק די בינדנדע קײטן און דער־ הײבן זיך צו א פרײ׳ אומגעצװינגען לעבן• ניט נאר אין דער פיעסע האט דער דיכטער פון ״בײ נאכט אויפ׳ן אלטן מארק״ פארויס געזעהן דאס אויפגעהן פון א נײעם מארגנשטערן אין דער ײדישער ליטעראטור. אויך אין אנדערע זײנע װערק געפינען מיר פאנטאסטישע׳ אלאגישע׳ סימבאלישע עלעמענטן׳ װעלכע באציןכנען די דיכטונגען פון זײנע נאכפאלגער. זײ זענען נאך װײט פון א מין פאעזיע׳ װי בא א קאזיצנע למשל׳ װעמענס דיכטונגען זענען אן שום רעאליזם׳ זײ שפיגלען אפ די פארענדערונגען און אויסקרומונגען פונ׳ם רײנעם גײסט אין קאסמישע ריטמען און מאטױון. בא אים עקזיםטירט נאר א י י ן װירקליכקײט׳ די װירקליכקײט פונ׳ם חלום׳ פון דעם אונטער־באװאוסטן נשמה־צושטאנד׳ געצײכנט מיט אלעגא־ ריםטישער פײנקײט און סימבאליק אויף דעם אונטערגרונד פון שוידערליכע שטימונגען׳ שװערער׳ ערנסטער ארכיטעק־ 34