Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 32 (sequence 38)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--324-9581608- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אומגעקינסטלטע לעבנםבילדער״ די ניט פרעטענציאנעלע נשמה־ קאמפן פון זײנע העלדן אדער העלדינען, דען ער איז צװישן זײ דערצויגן געװארן׳ גרויסגעװאקסן: צװישן זײ האט ער געלעבט און געשטארבן ן זײ זײנען געװען בלוט פון זײן בלוט׳ בײן פון זײנע בײנער. די גאנצע ליטעראטור װײזט אויף א סאציאלן תוכן, זי איז א אפשפיגלונג פון די אומ־ שטענדן און פארהעלטנישף אין װעלכע דאס ײדישע לעבן איז געפלאסן. אפילו די סוביעקטױוע מאמענטף װעלכע בא־ װײזן זיך דא און דארט. האבן א סאציא^לן׳ נאציאנאלף קא־ לעקטױון הינטערגרונט. אײגנטליך האבן די מענשן ניט געקאנט קײן פערזענליכע- טיפע טראגיזמען- אינערליכע קאטאקליזמעך קײן װעלט־ערשיטערנדע מעשים- הימלהויכע אױפפליגע- זײ האבן ניט געװאלט ארויסרײסן זיך מיט געװאלט פון דער ארומרינגלנדער װעלט און אװעק פליהן אין װײטע- הויכע מקומות. ערשט פרץ האט אין דער הינזיכט געמאכט א דרײסטן שריט. זײנע לעצטע דראמען שטעהן אויף דער גרעניץ פון צװײ װעלטןן זײ זײנען די ״גאלדענע קײט׳/ װעלכע פארבינדט די פארפלאסענעראמאנטיק פונ׳ם אימפרעסיאניזם מיט דער אויפבליהענדער גאטיק פונ׳ם עקספרעםיאניזם• די ײדיש־ראמאנטישע ליטעראטור איז געװען א סך אײנ־ הײטליכער װי די הײנטיגע. זי האט געשאפן נאר אײן מיטלפונק- הײנט האבן מיר דערםאר מעהרערע מיטלפונקטן. עס איז אנטשטאנען א גרויסע צאהל צענטרען- װעלכע פיהרן צו דעם ײדישן שאפונגסקערפער א סך נײע לעבענס־ כחות. דערפאר איז דאס בילד פון דער איצטיגער ליטעראטור אזוי פארבנרײך- פארשידנארטיג און אינערליך נאך מעהר אונטערשײדליך. אחוץ דעם װירקן נאך נעבן די נײע עלעמענטן אויך די רעשטליך פון די אלטע- זײ פליעסן אלע צוזאמען אין אײן געמײנזאמען קװאל און בילדן גײסטיגע פראדוקטן פון א פערזענליכן- ניט־אײנהײטליכן כאראקטער. הײנט האבן מיר אנשטאט אײן ליטערארישן מיטלפונקט- א סך און פארשײדענע מיטלפונקטן- װעלכע איעדער װירקט אנדערש אויף די שאפונג פון די ײדישע דיכטער און באשענקט זײ מיט אנ׳אנדערער פארב• די װיכטיגסטע ליטערארישע מיטל־ פונקטן זײנען אנטשטאנען אין אמעריקא- אוקראינע און פוילען ז קלענערע אין גאליציען און װיען. די פארשידנ־ ארטיגקײט פון דער סביבה- דאס װירקן פון די אפגעענדערטע אויםערע מאמענטן אויף דער בילדונג פון דער שאפונגס־ פסיכאלאגיע״ פון די אײנצעלנע פערזענליכקײטן שטערן ניט דעם געמײנזאמען צוג פון די אלע גײסטיגע װערק♦ אלע זײנען זײ פארבונדן מיט א י י ן רויטן פאדים- נעמליך מיט׳ן שטרעבן צו עפעס נײעם- אומבאקאנטן- מיט זוכן פון נײע דרכים- נײע װעלטן פון גײסטיגער גאולה- מיט דעם װילן צו פאראײניגען די אלגעמײנע אײראפעישע װעלטאנשויאונג מיט דער יידישער. די עצם־אידעע- דאס שאפונגעפראבלעם בא־ קלײדט זיך מיט פארשידענע פארמעןן אבער זײער פאר־ שײדנארטיקײט און נױאנםן זײנען אפהענגיג אלץ טאקע פון דער םביבה- און פון איר דירעקטער װירקונג. דעם איבער־ גאנג- דעם גרויסן דורכברוך האט גורם געװען.אין ערשטער רײע די מלחמה• דאס פעהלן פון חומר- די פארניכטונג פון גײסטיגע סובסטאנצן- װעלכע האבן גורם געװען דאס אויפלעזן פון די ביליגע ראמאנטישע אנטציקונגען- האבן איצט ארויס־ האט אינגאנצן פארלוירן• דערפאר אבער איז די לעצטע - שװאונג- געװיטער און דינאמיט. זי האט קײן איבריגע צײט פאר קלײניטשקע יםורים׳ מינדערע מחשבות׳ באגרעניצטע געפיהלן. אלעס קאכט און זידט אין איר׳ אלעס פאליעט און רוישט׳ אלעס דרענגט און שטויסט׳ װי אין דעם תהום פונ׳ם אײביגן מעשה־בראשית. ס׳איז אמת׳ אז די פארגאנגענע ליטעראטור איז געװען פאלקסטימליכער װי די איצטיגע. בא אירע מנהינים איז דאס פאלק געװען ניט נאר אן אביעקט פונ׳ם שאפן׳ נאר אויך דער סוביעקט• עס באשטעהט אין איר א קאנטאקט צװישן דיכטער און פאלק. בײדע פאקטארן זענען געמײנזאם משפיע אײנער אויף׳ן אנדערן און דערגענצן אײנער דעם אנדערן. די שאפונגען פון רײזען׳ ראזענפעלד׳ פרץ׳ מענדעלי וכדומה שטאמן פונ׳ם פאלק און זײנען באשטימט פארן פאלק. די דאזיגע טענדעץ איז דעמאלט געלעגן אין דער לופט. אלעס האט געשעפט אויס דעם לעבדיגן קװאל פון די פאלקס כחות? עס האבן איבריגענס מיטגעװירקט אויך פרעמדע (פוילישע׳ דײטשע) השפעות׳ װעלכע האבן פארטיפט דעם באטראכטונגס־ קרײז פון דער קלײנשטעטישער ראמאנטיק מיט אירע ארבײטענדע און לײדענדע סאציאלע גרופירונגען׳ מיט אירע בעטלערם׳ כלי־קודש׳ קרעמער׳ ארבעטער׳ זיצערינס און בעלבית׳סטעס׳ װעלכע באפעלקערן די דאמאלדיגע ראמאנען און די פאעזיע. בא מאנכע פון די שריפטשטעלער באזיצט די דאזיגע ראמאנטיק אפילו אויך סימבאלישע עלעמענטן׳ אבער קלארע און פארשטענדליכע׳ װאס באדארפן ניט קײן מעטא־ פיזישע ערקלערונגן. אין דער פריהעריגער עפאכע באשטרעבן זיך די דיכטער נאר אביעקטױו צו שילדערן און װידער־ צוגעבן דאס ײדישע לעבן אין זײנע אלטעגליכע געשעענישן. די געשטאלטן זענען פשוטע׳ דאס פסיכישע לעבן ניט קאמ־ בינירט׳ זײערע נשמות האבן ניט קײן ױם טוב׳דיגע פאר־ שידנפארביגע מלבושים׳ װי בא די הײנטיגע דיכטער׳ נאר א געװענליך׳ אלטעגליך׳ גרוי באשײדן קלײד. דערפאר פיהלן מיר פאר זײ סימפאטיע אדער אנטיפאטיע׳ מיר האבן מיט זײ רחמנות׳ מיר פיהלן מיט זײ מיט׳ אבער זײ דערהויבן אונז ניט׳ זײ רײםץ אונז ניט מיט• דער רײנסטער אביעקטױויזם איז דער פרינציפ פון דער דאזיגער ליטעראטורן ער נעמט אן בא פארשידענע שריפטשטעלער א פארשידענע סוביעקטױוע פארבונג ן אבער בכלל שאפן זײ אלע אײן געמײנזאמן טיפ׳ זײ זענען לײכט עמפפענגליך פאר אויסערע השפעות און טראגן איבער פרעמדע״ פארמאלע צי מאטעריעלע׳ עלעמענטן אויפ׳ן הײמישן באדן. צי קומט דאס פאר באװאוסט אדער אומבאװאוםט׳ - אלעמאל אבער האבן זײ איין ציל: צו שאפן י י ד י ש ׳ צו שאפן נײע װערטן. מיט דעם אונטערשײדן זײ זיך פון זײערע נאכפאלגער״ פאר װעלכע דאס ײדישע עלע־ מענט איז א םך מאל נאר א אויסערער דעקמאנטעל׳ א פוסטע פארם׳ א גאר־ניט זאגנדער צוגאב• ־ד ־ד אין די װערק פון אונזערע ראמאנטיקער געפינען מיר עפישע מנוחה׳ קלײנליכע מילדערונג׳ באטאנונג פון אײנצל־ הײטן׳ קראפטפולע סענטימענטאליטעט׳ אונמיטלבארע ער־ לעבנישן. יעדער מחבר אלײן האט מיטערלעבט אלע די