Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 31

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 31 (sequence 37)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--323-9581607
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יידישער ליטעראטור סינטעז האט געזונגען בערגעלסמאן אין זײן ראמאן ״נאך אלעמען״; זײט דעם װערן אירע טענער װאס אמאל זעלטענער און הילכן נאך װי א װײטער װידער־קול פון פארגעסענע קלאנגען• א סך מאמענטן האבן בײגעטראגן צום אונטערגאנג פון דער דאזיגער סימפאטישער. װארמער. הגם אביםל אבערפלעכליכער תקופה• אלע די מאמענטן װאס האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט די שאבלאנענהאפטע סאציאלע פארדערונגען פון דער השכלד,/ פארלירן בכלל דעם װערט אקעגן די נײע לאזונגען און טראכטונגען׳ װאס קומן פון מערב• מען טאר ניט פארגעסך אז די השכלה איז געװען בכלל א פארשפעטיגטע ערשײנונג אין דער ײדישער גאס• זי איז נעמליך אנטשטאנען דאמאלס׳ װען דער פאזיטױויזם האט שוין אנגעהויבן אויסגעלאשן װערן אין אײראפא און אפטרעטן דעם פלאץ פאר נײע גײסטיגע כװאליעם• דערפאר איז די אויפקלערונגס תקופה אזוי שנעל אריבער בא אונז אין דער ײדישער ליטעראטװ/ און אויף איר ארט האבן נײע טרוימן און נײע בענקשאפטך נײער טרויער און נײע פרײדך רחמנות־געפיהלן און אויס־ דרוקן פון איראניע גענומן אנפילן די ליטעראטור• מענדעלי און שלום־עליכם/ אש און דינעזאך פרץ און פרוג׳ ראזענפעלד און רײזען דאס זײנען אירע פארטרעטער• די מײםטע פון זײ געהערן שוין צום עבר? צו דער רעכטער צײט זענען זײ אװעק פון דער װעלט׳ אײדער דער מאוימדיגער שטורמװינד פון דער גרויסער מלהמה האט אװעקגעבלאזן אן רחמנות אלע סענטימענטן און קיצליגקײטן. אבער צוזאמן מיט זײ איז צוגרונד געגאנגען דאס ײדישע שטעטעל מיט זײן ראמאנ־ טישער טראדיציע• פרץ״ װאם האט אײנער פון די ערשטע די דאזיגע ראמאנטיק איבערגעלעבט און געשילדערט. איז אויך געװען אײנער פון די ערשטע- װאס האט איר אונטערגאנג דערפיהלט• אלס דער משורר פון עבר און דער נביא פון עתיד״ שטעהט ער צװישן צװײ װעלטן/ אויף דער גרעניץ צװישן דעם אלטן און נײעם דור• אין אים האבן זיך קאנצענטרירט שעפפערישע מאמענטען פונ׳ם אויפגאנג פון דער השכלה ביז צום אונטער־ גאנג פון דער ראמאנטיק׳ אין אים האבן זיך אנגעהויבן צו װעקן נײע אונבאװאוסטע שטימן און ס׳האט זיך אנגעהויבן דאס טאגן פון נײע לאזונגן און אידעעך דאס אויפגעהן פון נײע שפראצך װעלכע האבן זיך אצונד שוין צעװאקסן אין באדײטנדע־צװײגן. אודאי האט די געװעזענע שאפונגס־תקופה פונ׳ם ײדישן גײסט אויך אירע שאטנזײטן. מיט א שלײער פון ראמאנטישע צאצקעס האט זי פארדעקט דעם בליק אויף דער ברוטאלער נאקטער װירקליכקײט, זי האט ניט געגרײכט ביז צום גרונד פונ׳ם קאסמאס, זי האט פארמאכט די אויגן אויף די לעבענס־רעטענישך װעלכע קװײלן דעם מענשן און װארטן אויף לעזונג, זי באגניגט זיך מיט׳ן לײכטן ביסן פונ׳ם אימפרעסיאניזם׳ מיט׳ן אנגענעמען רײץ פון מײדעלשע אנט־ ציקונגען. מען מוז אבער צוגעבך אז א דאנק איר לײכטיגקײט, סענטימענטאליזם, דעם פעלען פון יעדן רעװאלוציאניזם, האט זי געהאט א געװיסן רייץ/ װעלכן די היינטיגע יידישע פאעזיע צװיי תקופות אין דער פרװו פון א ער קומענדיגער קולטורהיסטא־ ריקער װעט בכלל שטעהן פאר א זעהר שװערער אויפגאבע. ער װעט מוזן צוזאמעננעמען אלע די דאזיגע אינאײנאנדער און אויסאנאנדער פליסנדע טענדענצן/ װעלכע זײנען דער סימן פון אונזער איצטיגן לעבן? דאס װעט אבער זײן פאר אים אלץ שװערער, װאס מעהר עס דיפערענצירן זיך אצינד די אנטפלעקונגן פון דער עװאלוציע, װעלכע טרעטן ארויס מיט א קאםמישער נויטװענדיקײט פון דעם תוהו ובהו אויף אלע געביטן פון דער מענשליכער באשאפונג. מיר זײנען אקטױוע און מיט־ באטײליגטע עדות פון איבערקעהרנישן/ װעלכע לאזן ניט אויס קײן אײנציגע זײט פון דעם מענשליכן גײםט און דערגרײכן מיט א פארכשופ׳דיגן כח צו די טיפענישן פונ׳ם הארץ און געדאנק, און לאזן ניט אויס קײן אײנציגע פארם פון דער סאציאלן געגנװארט. עס װירקן אין זײ פארשײדענע מאמענטן סײ מאטעריעלע און סײ אידעעלע, אײנע װעלצן זיך איבער די אנדערע, אײנע דרינגן ארײן אין די דרכים פין די אנדערע, אלעם רײסט זיך צום לעבן, זוכט װעגן צום װערן/ בײט זיך אום פון אלטע איבערגעלעבטע פארמן אין נײע, ױנגע, עלעמענטארע און ענערגיע־פולע, װאס דערשלאגן טויטע קאנװענאנסן און נארמען׳ פארניכטן געזעצן פון טראדיציע און געװאוינטקײטן. די אלטע ראמאנטיק פון מנוחה און זעלבסט ־ צופרידנהײט, פון ניט צו הויכן פליען, ניט צו טראגישן טרויער, ניט צו טיפע יםורים, אל דאס דאזיגע װאס האט געקענצײכענט די פארגאנגענע תקופה׳ איז נעלם גע־ װארן? די װעלט־מלחמה האט צוגעגרײט דעם יסוד פאר א נײער זריעה׳ צופענטעט א נײע רעאקציע פונ׳ם מענשליכן ״איך״׳ װעלכע שלאגט זיך דורך צו נײע װעגן און זוכט נײע קװאלן• דעם אויפגעהענדיגן שטערן פון א נײעם עתיד זעט מען בפרט אין דער ליטעראטור און קונסט׳ דאס הײסט דארט, װאו דער מענשליכער גײסט טראכט זיך אם בולטסטן אויסצודריקן. דער־ פאר זעהן מיר׳ אז אין די ליטעראטורן פון אלע פעלקער בא־ גינט א דורכברון/ װעלכער קריסטאליזירט זיך לאנגזאם אויף א אריגינאלן אופן אין א באזונדערער רעאקציע געגן לעבנס־ ערשײנונגען, אין נײע, ביז איצט ניט באקאנטע פארמען פון געפיהל און ערלעבניש׳ פון דענקן און שאפן. אויךדי ײדישע ליטעראטורװײזט אויףאצינדאינטערעסאנטע סימנים פון א איבערגאנגם־צושטאנד, װעלכער אונטערשײדעט זי קלאר פון די פריהערע תקופות• קודם כל איז אײנמאל פאר אלע מאל פארשװאונדן די ראמאנטישע פארגעטערונג פונ׳ם ״שטעטעל״, פון דער ײדישער גאס, װעלכע איז בשעתה געװען א תשובה אויף די טענדענצן פונ׳ם טריקענען השכלה־ ראציאנאליזם. דאס לעצטע ליעד אין דער ײדישער ראמאנטיק

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.