Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 30

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 30 (sequence 36)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--322-9581606
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דאס פאלקס־ליד און נייעסטע יידישע פאעזיע געדאנקן פון א פאלקלאריסט און װײטער״ װען די ײדישע פאעזיע מאכט נאך א שריט נעהנטער צו דער אײראפײאישקײט״ עם באװײזן זיך א גאנצע רײהע דיכטער אין אמעריקא״ װי מאנײלײב האלפערן״ לײװיק״ און אין אוקרײנע: קװיטקא״ האפשטײן אוןשװארצמאן/ װעלכע זײנען שוין לויט זײער מוזיקאלישן ריטם און לויט זײער שפראך־פײנקײט און געפיל־ראפינירטקײט מײלן־װײט פון א רײזעךען און מאריס ראזענפעלד׳ך אויף זײ ליגט שוין בולט דער איינפלוס פון דער מאדערנער װעלטליכער פאעזיע״ זײ זײנען שויך קאן זיך אויסדוכטך אינגאנצן ארויס פון די כללישע ״װיקעלעך/ זײ זײגען שוין קײן פאדים אין דעם ״פאלקס־געװעב׳/ נאר אומות־העול ם׳דיג״ זײערפאעזיע האט זיך שוין װי אסימילירט מיט דער דיכטונג פון דער פרעמדער ״ארישער״ אומגעבונג׳ - זײנען דאס אבער נאר אויםערליכע סמנים פון דעם אויםערליכן געבוי פון זײערע שירים; אין תוך גענומען- שפינען זײ װײטער דעם אלט־ ײדישן גאלדענעם שטראל״ װאס האט זיך צו אלעם ערשט באװיזן אין זײן ליבן ש י י ן פארץ פאלק ״ און האט ארויס־ געשטראלט פון פאלק ... װײל טראכט מען זיך נאר ארײן אין די םטימולך װאם האבן אט די דאזיגע ױנגע דיכטער באגײסטערט און באװעגט. דערפילט מען גלײך דעם אטעם פון אונזער פאלקס־דיכטונג• װארום װי געװאגט און װי פארשײט כלומרשט ס׳זײנען די מאטױון פון די דאזיגע דיכטער״ געהן זײ דאך ניט ארויס פון די גרעניצן. פון דעם מאראלישן און געזעלשאפטליכן קרײז פון דער אלטער ײדישער פאעזיע. עס פעהלט אין זײ יענע צעלאזנקײט און אמאראלישקײט. װאס איז אזוי כאראקטעריםטיש פאר׳ן אײראפײאישן דעגע־ נעראטױון דור מיט זײן ״ראפינירטן״ ביז אמאראלישער הפקרות״ ״ליבע־גענוסן״... אונזערע ױנגע דיכטער״ זאל זײ עס צו קײן חרפה ניט זײן״ זײנען נאך ניט גאר װײט אװעק פון די אלע מדות״ װאס אונזער פאלקס־פאעזיע איז מיט זײ דורכגעדרונגעך נעמליך מיט דעם מאראלישן שטרעבן אנ־ צונעמען זיך די קרױודע פאר דעם געיאגטן און געפלאגטן... אונזער ױנגע פאעזיע״ מיט גאר קלײנע אויםנאמעך איז געבליבן ג ע ז ו נ ט און ג ע ז ע ל ש א פ ט ל י ך. איר זיפץ און איר טרער און איר בײנקשאפט שטראמען ארויס פון יענעם קװאל״ װאו דורות און דורות האבן געזאמעלט זײער פרײד און עצבות״ זײער מאראלישע קראפט אוך דער עיקר. זײער פאלקםטימליכקײט׳ זײער א י י ג ע נ ם... אט דערין ליגט דער סוד״ װאס אונזער פאעזיע איז תמיד פריש און זאנפט. װייל זי איז שטענדיג פארווארצלט אין די געדיכטסטע טיפענישן פונ׳ם פאלקס־באדך װײל איבער איר קאפ. אפט־מאל אומבאװאוסט פאר די דיכטער אלײך שװעבט דער גײסט פון א מארטירער־עבר. פון מםירת־נפש אין די פארשײדענסטע פארמען און געשטאלטן• און כל־זמן אונזער פאעזיע װעט ניט איבעררײםן דעם שנור״ װאס פארבינדט און פארקניפט זי מיט׳ן פאלקס־ליה װעט זי בלײבן אײביג־ױנג און אײביג־שעפעריש. װי דערגײםט פון פאלק. װאס ווייס פון קיין עלטער ניט ... שמואל רובינשטיין עס װעט ניט זײן קײן פאראדאקס. װען מיר װעלן זאגך אז אױף דער נײעםטער ײדישער פאעזיע ליגט נאך אלץ דער שטעמפל פון אונזער ליבען תמימות׳דיגען פאלקס־ליד. און זאל דאס ניט לגנאי געזאגט װערך װײל מיר האלטן נאך פונ׳ם כלל: בעסער זײן א קאפ פון א לעבעדיגן פוקס. אײדער אנ׳עק פון א טויטן לךב.... די מאדערנע ײדישע פאעזיע. װי ראפינירט זי זעהט ניט אויס אויפ׳ן ערשטן אויגנבליק׳ איז זי דאך אין איר עצם־תוך פאלקסטימליך אוך אויב איר װילט׳ זאגאר׳ פאלקלאריש• װיפיל זי זאל זיך ניט װעלן פארקלײדן אין דעם אײראפײאישן פראק און האנדשוה׳ שטעקט נאך אלץ ארויס פון איר בוזים דער טלית־קטן מיט דעם ״לײפ־ סערדאק״... פאר אונזערע משכילים׳ פאר די אלטע װי פאר די שפאגל־נײע׳ איז דאס אפשר א גרויסע חרפה; פאר אונז אבער׳ װאם שעצן טאקע ״איבער אלעס״ עכטקײט און פאר־ װארצלטקײט׳ איז דער ״יחוס־ברױו״ פון אונזער מאדערנער פאעזיע׳ אז זי שטאמט טאקע פון דעם אלטן פאלקס־שױס ארויס׳ ניט נאר קײן בושה׳ נאר א גרויס געװינס. אז פרוג׳ רײזען און מאריס ראזענפעלד׳ זײנען דורכאויס אין זײערע בעסטע אויפריכטיגסטע זאכן פאלקסטימליך דארף מען׳ דאכט זיך גאר ניט דערװײזן. זײערע ליריק זײנען סײ לויט׳ן גראם און סײ לויט׳ן מאטױו גאר נאהנטע קרובים מיט׳ן ליד פון פאלק. זײ פארגיסן טרערן אויפ׳ן ביטערן ײדישן מזל׳ זײ װעקן דאס ״פינטעלע ײד׳/ דעם רחמנות־געפיל אוך אפט׳ ײדישע גוטהערציקײט׳ פונקט װי דאס האט געטאן דאס פאלקס־ ליד בשעתו• פון דעם גלאנץ און לוקסוס פון דער אײראפײ־ אישער פאעזיע מיט אירע פרינצן און מאטראנעסעם. מיט זײערע האלב־געפילן און װילדען דעגענעראטױוען ריח פון קאקאין און אפױם׳ װײסט לחלוטין ניט די ײדישע מאדערנע פאעזיע פון די אויבנדערמאנטע דיכטער• זי איז זײ׳ די דאזיגע אײראפײאישקײט׳ לגמרי פרעמד און אומפארשטענדליך; קינדער פון פאלק״ װאס האבן געדיכטעט׳ זײנען זײ געװען אינגאנצן אונטער דער השפעה פון דעם מקור פון דער פאלקס־ פאעזיע׳ װאס איז געװען און געבליבן - דאס פאלקס־ליד• דער שפעטערדיגער פעריאד אין אונזער פאעזיע מיט דוד אײנהארנ׳ם ״שטילע געזאנגען׳/ איז ניט מעהר װי א װײטער־ דיגער עטאפ פון דעם פאלקס־ליד מיט זײן אלטן זיפץ און קרעכץ׳ מיט זײן צניעות און בארמהערציקײט אוך דערהויפט׳ מיט זײן נאאױו־אױפריכטיגער ליבע צו דער ײדישער טאכטער׳ װאס איז נאך ניט פאר׳סמ׳ט מיט דער הפקרות אין געדאנק און איבערזעטיקײט אין געפיל׳ װי דאס איז דאס רוב דער פאל אין דעם ליבע־ליד פון דער מאדערנער פראנצויזישער פאעזיע. אײנהארן און די ײדישע פאעטן פון יענער צײט׳ װאס זײנען ניט אזוי אריגינעל װי ער> האבן פון די ״שטארקע לײדנשאפטן״׳ אזוי צו זאגן׳ ניט געװאוסט׳ פונקט װי פון זײ האט ניט געװאוסט די פאעזיע פונ׳ם פאלק• און װי לײבליכע שװעסטער װאס אײנע איז א עלטערע און די צװײטע א ױנגערע - קאנען פארגליכן װערן די אײנהארנ׳שע לידער מיט די פאלקס־לידער•

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.