Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 27

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 27 (sequence 33)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--319-9581603
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

כןוגסטגןױטיכן דער נגען און אנטורה ה י פ א ל י ט ט ע ן זײן דור. אבער ניט אין דעם/ רואס ער באצװעקט• אין זײן פאזיטױון אידעאל איז ער לגמרי מחולק מיט זײן צײט און שטעהט אין קײן שום באציהונג ניט מיט די אלע שיטות. װאס האבן באגלײט די אנטװיקלונג פון דער מאדערנער קונסט. װארום גראד דער 19טער און דער אנהויב פונ׳ם 20טן יארהונדערט צײכנען זיך אויס דורך דעם> װאס זײ װײכען אפ פונ׳ם אידעאל פון פלאסטיק. עס דאכט זיך- אז דער פלאסטישער אינסטינקט רוקט זיך אב״ כדי צו מאכען אנ׳ארט פאר דעם חוש פאר פארב. מיר האבן שוין אפילו דערלעבט צו זעהן א מאלערישע פלאםטיק; די הנאה פון דער קײלעכיגער בולט׳ער פארם איז אלץ זעלטענער געװארך און דער װאס האט מחדש געװען דעם פלאכליכן פרעסקא־ סטיל- פװוײדע־שאװאך האט זיך אפילו אויםגעלאכט פון די מאלער. װאס מאלן א אויג װי א ביליארד־קויל. האט נאך טען א באדײטונג פאר אונז הײנטי םמנים פון רעאקציע געגען דער רײנער קונסט פון שטח זײנען פאראץ. מען װיל הײנט אבבילדונגען פונ׳ם רוים. מען װיל שטעהענ־ דיגע פארמעך װעלכע מען קאן אנטאפן. די סטאטוע־פלאסטיק װיל װידער ארויף אויפ׳ן פלאן. אודאי איז ניטא קײן גײסטיגע פארבינדונג צװישן אט די הײנטיגע און צװישן די גריכען פון דער פעריקלעס־צײט- װעלכע טען פארגעטערט. אז מען זוכט אבבילדונגען פון רוים- װענדט מען זיך קײן עגיפטן. שטודירט מען די סקולפטור פון אינדיעך די פלאםטיק פון די נעגער• די גריכישע סקולפטור פון 5 טען יארהונדערט פאר קריסטוס. זעהט אונז הײנט אוים צו װעניג קרעפטיג. צו אוים־ געצאצקעט- בשעת טען זעהט אין איר די פארקערפערונג פון דער סאמעראדנער געזונדקײט און אורשפרינגליכקײט. מיר װעלן דא דעריבער קוים קאנען געפינען א געמײנזאמע שפראך מיט אים. אבער טענ׳ם טעאריע װעגן סביבה? זײן דרשה װעגן דעם קינםטלערישן שאפך געשטיצט אויף די פיר הויפט־ יסודות פון ראסע״ סביבה״ צײט און גײסטיגע נטיה? פילן מיר דען ניט גראד הײנט״ אין דער צײט פון איבערקערענישן/ פעלקערװאנדערונגען און רעװאלוציעס״ װי שטארק ס׳איז אבהענגיג דאס קינסטלערישע שאפען פון אט די אלע מאמענטן װעלכע טען האט אויף אזא גײסטרײכן אופן אנאליזירט? אבער גראד אט די היסטארישע טעאריע פון טען איז זעהר װײניג פארשפרײט געװארן. נור פאפולאריזאטארן״ װי א שטײגער ריכארד מוטער״ האט זיך פאר איר אנגענומן״ אבער זײן װירטואזער נאר אויבערפלאכליכער פירוש האט איר קײן כבוד ניט צוגעגעבן. א קורצע צײט האט זיך געדאכט אז פון זיגמונד־פרויד׳ס חדר װעט עטװאס װיכטיגעס ארויס־ װאקסן פאר דער אנטװיקלונג פון דער גענעטישער קונסט־ מוז מען זײן אלײן א קינסטלער כדי צו קענען זאגן מבינות אויף קונסט? טען איז ניט געװען קײן קינסטלער און ער האט עס געהאלטן פאר א חסרון• ער האט אבער געהאט נאך א גרעסערן חסרון״ װעלכך ער האט ניט געװאוסט: ער איז געװען א ליטעראטור־היסטאריקער• און דער חסרון באשטעט ניט אין דעם׳ װאס ער שאצט אפ קונםט מיט דער מאס פון ליטעראטור. פארקערט״ װעלענדיג דוקא דורכאויס ניט צונויפצומישן צוזאמען זײנע בײדע ספעציאל־פעכער - קונםט און ליטעראטור׳ - דערשמעקט ער שטענדיג עטװאס ליטערארישעם אין די װערק פון דער בילדענדער קונסט׳ און עס װאלט זיך אים אם־ליבסטן געװאלט אז אין דער קונסט זאל קײן שום זכר ניט זײן פון גײםט׳ מיט דער פײנ־ ליכער געבונדענקײט פון אײנעם׳ װאס איז געפלאגט צו פירן א דאפעל־לעבן. טען מאכט א חלוק צװישן דעם מאראלישן מענשן׳ װאס איז א אביעקט פאר מוזיק׳ פאר ראמאן׳ פאר דראמע׳ פאר ליטעראטור בכלל׳ און צװישן דעם פיזישן מענשן׳ װאס איז א אביעקט פאר דער בילדענדער קונסט• די קונסט־עפאכן׳ װעלכע האבן אט דעם חלוק ניט געמאכט - צ. ב. די רעלי־ גיעזע׳ םפיריטואליםטישע מאלערײ און פלאםטיק פון מיטעל־ אלטער׳ - איז ער אינגאנצן מבטל. נאר אין דער אלטער גריכישער סקולפטור און אין דער רענעםאנס־קונסט האט ער געזעהן פארװירקליכט דעם אידעאל פון דער פולבלוטיגער פלאםטיציטעט׳ דעם אפאטעאז פונ׳ם געזונטן מענשליכן לײב. מ׳רופט טענען ״דער טעארעטיקער פונ׳ם נאטוראליזם״׳ הגם ער איז גאר געװען א חסיד פון אידעאליסטישער עםטעטיק און איז געװען פײער און פלאם אויף דער קנעכטישער נאכ־ מאכונג פון דער נאטור• ער פארלאנגט פון קונסט דאס גוזמאות׳דיגע׳ דאס ארויסגעפינען פונ׳ם עיקר• די פראגע איז בלויז׳ װאס איז אזוינס דער עיקר? טען האלט׳ אז דער עיקר איז דער אויסדרוק פון דער גשמױת׳דיגער געזונדקײט. פאר די אימפרעסיאניסטן - װעמן טען רופט: ״קנעכטישע קאפיענאכמאכער פון דער נאטור״׳ און װעלכע װערן נאך הײנט פון אסך געשטעמפעלט אלס נאטוראליסטן - איז דאס װיכטיגסטע געװען, די אידעאלע נױאנסן פון דער נאטור. און דער הײנטיגער עקספרעסיאניסט זעהט דאם סאמע עיקר׳דיגע אין דער שטײגערונג פונ׳ם גײםטיגן לעבן. יעדער דור האט זײן באגריף װעגן דעם עיקר. טען איז א קינד פון זײן צײט און ער האט פײנד דעם שװאכליכן ראמאנטיזם און דאס םארבענקט־חלומ׳דיגע׳ גלײך אזוי װי עס האבן עס פײנד געהאט דער נאטוראליסט באלזאק אדער זאלא אין דער ליטע־ ראטור און קורבע׳ אדער די אימפרעסיאניסטן אין דער מא־ לערײ• אין דעם װאס טען װארפט אב׳ איז ער געראטן אין 27

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.