Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 26

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 26 (sequence 32)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--318-9581602
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

״א-מ-ת! א-מ_תו״ ...- און אנ׳אנדערס מאל: - - - א מײדעלע האט ער דארט א ױנגם״ א כשר׳ס. ־ד ־ד שפעט בא נאכט פלעגט ער אפט מיט איר אין די ווײטע פעלדער פארקריכן- אין טוי־מאנטלן זי אײנהילן און אױםקושן״ לאזן זײן נארישן ניט־בארײפטן קאפ אויף איר שויס. װי ארײניקײט פלעגט ער זי האלטן• אין אלע זײנע הלומות איז זי ניט פארשװעכט געװארן און געבליבן דאס זעכצניעריגע טײבעלע. - איצטער װאלגערט ״ זי זיך בא שדים׳ס פוס און בעט זיך: ״שענקט מיר - מיך און נעמט מיך ניט: איך בין נאך אזויי ױנג״.... __________ - און די געדאנקן זײנע האבן אים צו דער װאנט צו־ געשטיפט. און רעגוליער- װי א זײגער״ האט ער דעם פלאצעדיגן קאפ אנגעהויבן אין װאנט צו קלאפן. מיט א ריטם• אײנס- צװײ- דרײ. אײנס- צװײ- דרײ.-- אדן אומבאהאלפן האט געקלאמערט אין הארצן: - ״היתכן? איז טאקע לית דין ולית דין״? ״גײ משפט - האט ער מיט די צײן געקריצט - גײ משפט• משפט דיך- זײ אלעמן! משפט דעם גאט דײנעט- װאס װי א הונט קוקסטו אים אין די אויגן און מאכסט פאר אים מיטן עק. גײ - משפט!״... ״און די אין תהום קראפירנדיגע - װאס קען מען צו זײ האבן?״ - ״רחמנות?״ - - ״דאס מעגן בלויז די מערדער און זײערע נאנטע קרובים זיך ערלויבן.״ - - ״פאראכטונג?״ - ״דאס מעגן בלויז די קרבנות צו זיך גופא האבן•״ ״אנדערע דארפן האבן - מורא• מורא. - מורא אהן אנ׳אנהויב און אהן א סוף״• און װי א קאלאסאלער אומרוה האט דער רײפן־לאזער קאפ אין טאקט געבויערט די װאנט: מ-ו-ר-א... מ-ו-ר-א... מ-ו-ר-א...- מיט די צײן האט ער געקריצט און געװאלט פארטרײבן דאס געשפענסט פון די אויגן- אבער קרענקליך האט אים דער מארך געצאפט און געװיזן: -זײן טאטע־מאמע װעלן זײ נעמען. בכבודיקע זקנים• קײן ״בײז״ װעט מען זײ ניט טון- מ׳װעט זײ נאר הײסן א טענצל גײן און א לידל זינגען• א לידל-זיין טאטע־מאמע! . . . און צום צװײטן מאל: --די עלטערן- אזוי װי אמאל- ערליך־געטרײען׳ און א שװעסטערל דרײט זיך אין שטוב - א לידל. די נחמד״. און אט קומט א תקיף און הײסט דעם אלטן צושטעלן די טאכטער - ״מארגן 8 א זײגער - װען ניט״.... און דער אלטער קוילעט בידים ץײן קעך ...- אדער פארקערט: דער טאטע גײט צום רב נאך אנ׳עצה... און דער רב צעכליפעט זיך און װײזט אים אן א בפירושן דין - אז ...- - ״אבער טאטע־מאמע זענען טויט״- האט ער זיך געפרױוט אײנרעדן. - ״און אויב אנדערע טאטע־מאמעס - איז דען אחילוק״? - ״יא! אנדערנס טאטע־מאמע איז פארט עפיס אנדערש״ - איז אים קלאר־שרעקליך געװארן. - ״ניט אמת.י דער טאטע איז טויט״! - האט ער אויפ׳ן קול אויסגעשריגן און זיך דאס לײב געביסן. ״װער טויט- װאס טויט? - האט ער זיך גערײצט - דו ביםט דאך דא?! דו ביםט דער טאטע״ן ״דו ביסט די מאמען דו ביםט דער רב; אפילו דער תלין ביסט ד ו! און ד ו אלײן ביסטו אויך! ד ו״!!- און אין דער אמת׳ן האט ער זיך געשפאלטן אויף צװײען/ אויף פירן- אויף נאך און נאך- אויף א ים געשטאלטן. און זײ אלע האבן זיך בא אים אין הארץ אין א שדים־טאנץ געלאזט - אהן אנ׳אנהויב און אהן א סוף. און צוזאמען מיט אים האבן זיך די אלע געװארפן װי פיש און געבעטן: ״ניט אמת״! . . . און א קול האט דעם גזר־דין ארויסגעטראגן: ג. ת ה ו ם די בלעטליך זײנען נאך גרין און אויפץ לײטער שטײט דער גערטנער נאך מיט דער גרויםער שער — קוק אין מײן עהרליך פנים ארײן: א ױנג קנאכיג בוימ׳ל און איבערץ שטערן דינע שטריקליך שוין איבערגעצויגן פאר שװער באלאדענע צװײגן * י ♦ 26

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.