Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 28 (sequence 34)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--320-9581604- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
״א בילד - זאגט טען - איז א באמאלטער שטח״ אויף װעלכן די פארשידענע פארבן ארן ליכט־מדרגות זײנען פארטײלט לויט א באשטימטן מײןן דאס איז דער אינ־ װעניגסטער מהות פונ׳ם בילד ז דאס װאס אט די אבפארבונגען און ליכט־מדרגות גיסען זיך צונויף און װערן פיגורף און ארכיטעקטורן - דאס איז א נײע׳ צוגעקומענע מעלה״ װאס נעמט אבער בא דער ערשטער און אײגענטליכער מעלה גאר קײן חשיבות ניט אב״. װאס טען זאגט דא. האט געקאנט זאגן גאר א הײנטיקער• על כל פנים. פארנעמט בא טען די פארב און די ליניע קײנמאל ניט דעם אויבךאן. די אנאטאמיע און די פער־ ספעקטױו זײנען פאר אים װיכטיגער׳ און דערפאר איז ער טאקע אויף דזשיאטא ניט קײן אמת׳ער מבין. ער װאלט שוין גרײליך געװאלט אװעקשטעלן אים אין אײן שורה מיט ראפאעלן׳ אבער דזשיאטא איז שװאך אויף דקדוק׳ ד• ה. ער איז ניט באהבנ׳ט אין דער אנאטאמיע און אין דער פער־ םפעקטױו״ און דאס איז א חטא׳ װעלכן מ׳קאן ניט מוחל זײן. און דערפאר האט ער אויך ניט תופס געװען דעם װערט פון דער גאטיק און פון דער ביצאנטינישער קונסט׳ װײל אים זײנען אונסימפאטיש אט די לאנגע־אויסגעצויגענע/ אויס־ געמאגערטע״ ספיריטואליזירטע געשטאלטן פון אט דער קונסט. די ״שװינדזיכטיגע אידיאטישע אסקעטן׳/ װי ער רופט זײ• פונ׳ם שטאנדפונקט פון היפאליט טען״ װאלטן מיר מוזן אבװארפן די קונסט פון אינדיעך פון כינא. פון יאפאף װארום אונזערע כללים פון פערספעקטױוע פאסן לגמרי ניט פאר אט דער מזרח־קונסט. אבער גראד אין די לעצטן צענדליג יארן האבן זיך געמערט אונזערע ידיעות פון די אריענטאלישע קולטורען/ און ס׳איז געװאקסן אונזער דרך־ארץ פאר זײ. און קײנער קען שוין ניט אבלײקענען זײער באפרוכטענדע השפעה אויף אונזער הײנטיקן שאפן און הײנטיקע קינסטלערישע אנשויאונגען. אין דער מחלוקת ״מזרח אדער רוים׳/ װאלט טען געװיס געפסק׳ענט: רוים. אבער אין זײן צײט איז נאך גאר די גאנצע פראגע ניט באשטאנעך און דערפאר איז פאלש צו זאגך אז טען איז געװען ״ניט צוגעגרײט״. די גאנצע קונסט־ פארשונג איז נאך דענםטמאל געװען ״ניט צוגעגרײט״. אויב די שריפטן פון טען מאכן אויף אונז הײנט א אקאדעמישן אײנדרוק. װירקן אבער נאך הײנט אויף אונז לעבעדיג. פריש און אנרעגענד די פארלעזונגען װעגן קונסט. װאס ער האט נאך אין יאר 1854 געהאלטן אין דער קונסט־שול אין פאריז און פון װאנען זײנע שריפטן זײנען שפעטער ארויסגעװאקסן• רחל װישני צער־בערנשטײן פארשונג- - פארשטעט זיך פון דער פסיכא־אנאליטישעו/ און ניט פון דער סאציאלאגישער זײט- - אבער מער װי א פאר אינטערעסאנטע ארטיקלן האט זיך דערפון ניט אויס־ געלאזען. די קונסטװיםענשאפט האט זיך דערװײל אינגאנצן אבגעגעבן מיט דער אנאליזירונג פון דער קונסטארט אלײן און באשעפטיגט זיך מיט קײן שום זאך ניט- װאס האט ניט קײן דירעקטע שײכות צו דער געשטאלטונג פון דער פארם• מיט דער טעאריע פון טען װײם זי דעריבער ניט װאס אנ־ צוהויבן. אין דער קונסט־פילאזאפיע פון טען דערװיסן מיר זיך װעגן די מידות פון די גריכען אין די צײטן פון פעריקלעס און אלכסנדר דעם גרויסן. אבער א געשיכטע פון מידות איז נאך ניט קײןגעשיכטע פון קונסט. טען פרעגט תמיד פאר־ וואס- און ניט ווי אזוי. ער זאגט צום בײשפיל- אז די קונסט פון דער אלטער װעלט איז מאנומענטאל- בשעת די קונסט פון רענעסאנס־צײט איז דעקאראטױו• ער האלט עס ניט פאר זײן אויפגאבע צו אנאליזירן אט די בײדע סטילן אלס פארם־פראבלעמען. פאר אים איז גענוג- אז ער לאזט זיך ארײן אין א חקירה װעגן דעם- פארװאס איז די אלטע קונסט מאנומענטאל און פארװאס איז די רענעסאנם־קונסט דעקאראטױו. אין אלטערטום - דערצעלט ער - איז דער בא־ שטעלער געװען די שטאט- װעלכע האט געדארפט לעזן מא־ נומענטאלע אויפגאבן. אין פלארענץ אבער- אין דער רענעסאנס־צײט- איז דער באשטעלער געװען דער גרויסער גביר- װאס האט געװאלט האבן א שענע שטוב- ״כלים- קאבי־ נעטן פון עלפאנט־בײן און עבענהאלץ- גאלד־צירונגען׳ אויסגעמאלטע װענד און סטעליעס״. דאס איז אפשר א גאנץ גײסטרײכע סברד.. עס גיט אבער קײן שום ערקלערונג ניט װעגן דעם- װי אזוי אײגענטליך האבן באמת אויםגעזעהן די פארמען אין אט די בײדע סטילן. דאס זאל אבער לחלוטין ניט הײםען- אז טען איז געװען טוייב פאר דער שפראך פון פארמען. ער האט פארמאגט א פײנעם געפיל פאר דער עמאציאנאלער באדײטונג פון דער ליניע- אדער װי ער רופט עס- פאר דער *געאמעטריע פון ליניען״. די ליניען- װאס באצײכנען אונזער קערפער - זאגט טען - די גלײכע- די קרומע- די געדרעהטע און געבראכענע ליניען- יעדע פון זײ האט אויף אונז א גאנץ אנדערע השפעה. דאס זעלבע איז אויך בנוגע די מאטעריאלן- װאס בילדען דעם קערפער. זײ גופא האבן אויך א װערט פאר אונזער געפיל. און אויך די פארב האט א באדײטונג ניט נור דורכדעם- װאס מאכט עפעס נאך- נאר זי האט טאקע אלײן־און־פאר־זיך אויך א באדײטונג. 28