Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 25

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 25 (sequence 31)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--317-9581601
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ההו וגהו פונ׳ם מ ו ר א אבער דער געפילדער האט מיט פײן און טרערן זײן װעג צו אים דורכגעמאכט• מיט פײן״ װאס זײן אײגענער איז אקעגן אים װי א נעביכל אויסגעקומען. און ער האט סוף סוף צו אים דערגרײכט. װיפיל ער האט די אויערן ניט פארשטאפט און די אויגן צוגעמאכט - אויך צו אים אין זײן תפיםה פלעגן זיך פון צײט צו צײט בינטליך ידיעות און שפורן פון יסורים - יענעמס יסורים - ארײנקריגן און ארויסרײםן אים פונ׳ם לעטארגישן קרײז״ אין װעלכן ער האט זיך מתבודד געװען. און אויפגעװעקט זענען בא אים געװארן יענע גיפטיק־ געטליכע שלאנגעך גלאנץ־האריגע און שארף־צײניגע• שלאנגען - זכרונות. עס האט אים דערמאנט - אז ניט פון הײנט און ניט פון א שטײן איז ער״ אז זײן דין ריטל שטאמט פון א געדעכטן בעזים און אז ער האט א נאכשלעפעגיש פון א סך - א סך נעכטנס הינטער די פלײצעס/ װאס שװימען ארויס ניט נאר באם הארצנארגעניש. נאר אויך בא די זיס פארכאפנדיגע װאריאציעס װעגן גאר ניט און װעגן אלץ׳ װעגן אמאל־ אמאל... ־ד און אט דער אמאל. די מצבות פון די שוין אװעקגעגאנגענע און דאס געבײן פון די פארבליבענע. מאטערן זיך איצטער. מער אנגעשטרענגט איז זײן געהער געװארן און מער איז ער געװאויר געװארן. און נאך יעדער ידיעה- פלעגט זיך בא אים צונויפקראמפן דאס הארץ און מיט אנגסט פלעגט ער די מוח־אויגן פארמאכן. ער האט מורא געהאט ארײנצוקלערן. סתם צוקלערן• װי פון בײזע פליגך פלעגט ער זיך פון די געדאנקן װעלן אפשאקלן. אבער אומזיסט. שוין האט ער זיך אײנגעקארטשעט און מיט שװאכקײט אהן־צײניג ארויסנעפיבערט. ״װי װאויל איז מיר׳ װאס איך האב קײנמאל קײן שװעסטער ניט געהאט און טאטע־מאמע זענען שוין פון לאנג אפגע־ שטארבן״. און געציטערט האט ער צוקלערן װאס װאלט געװען. װען ער װאלט יא געהאט א שװעסטער און טאטע־מאמע װאלטן געלעבט. דאס הארץ זײנס האט מורא געהאט. אבער דער מיח האט זיך װי א װאמפיר אין דעם אנגעכאפט און אנגעהויבן פאר־ צושטעלן װאס דאס װאלט געװען.- אזוי װי אנ׳אבל צװישן חתנים האט ער זיך יארנלאנג ארומגעװאלגערט אינ׳ם װײטן פרעמדן כרך• געװאוסט האט ער: אויך ד$ צאפלען און רײכערן זיך אזעלכע צעבראכענע שארבענס װי ער גופא. אויך אין דעם טיגל װערט צושמאלצן אזעלכער מענשן־זשאװער - אבער ער האט פאר דער גאנצער צײט אפילו אויף א האר זיך ניט דערנענטערט דערצו. ער האט מורא געהאט• פאר דער שטאט. פאר די שמײכלדיגע און ניט שמײכלדיגע מענשך פאר זיך• ער פלעגט בכױן אויסמײדן דאס אלץ״ װאס װאלט אים געקענט מיט עמיצן צונויפפירן. אויף אײז־ריגלען האט ער זיך אײנגעשלאסן און מיט הארטע שטאמעס האט ער זיך פארבאריקאדירט אין די אײגענע ד׳אמות• נאך לײדיגע גארן־טעג פלעגט ער זיך װאלגערן און מאטערן אין די לאנגע שפינען־נעכט - י$ר אײן״ יאר אויס. בא זיך אין חדר האט ער זיך אײנגעשרומפן״ די פאר־ בינדונגס־דראט צװישן אים מיט דער װעלט איבערגעשניטן און געפלאגט זיך אין אײגענעם רויך. אלײן. און פלעגט אים די װעלט פרױון פאנגן אין איר נעץ - האט ער זיך ניט געלאזט. הארט פאר דער נאז פלעגט ער איר די טיר צוהאקן - און בלײבן בא זיך. באם פראסט גלײכגילטיקײט״ װאם האט װײסע בלומען און קרײטאכצער אויף זײנע פענסטער צולעגט און באם לײדיגן לאנגװײליגן - ״הא״?״ װאס נאר צײטנװײז פלעגט זײ א כארכלדיגער װײטיג אויסטוישן. און די יםורים זײנע״ די ניט־ארויסגערעדטע און ניט־אײנ־ געהערטע״ פלעגן צאפלען און ארומװיגן ארום אים זײער אײגענס און בלײבן בלויז אײגענע. מיט דער צײט זענען זײ גשמױת׳דיג געװארן - כאטש נעם און באטאפ זײ מיט די הענט• און פארגלױוערט״ אזוי װי נאר װאס אפגעקילט בלוט״ פלעגן זײ דינע הײטליך אויף די לעכער פון זײנע װאונדן שאפן• אבער באם קלענסטן אנריר פלעגן זײ״ פונקט װי דאס בלוט״ צוריק םליסיק בראטן אנהויבן. מיט אנ׳אויער פון א װירטואז פלעגט ער זיך צום קלענסטן גערויש פון זײן פײן צוהארכן. און צום געפילדער פון דרויםן״ װאס איז אלץ מעכטיגער און ליארעמדיגער געװארן״ איז ער געװען טויב װי די װאנט. 25

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.