Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 22

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 22 (sequence 28)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--314-9581598
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

װי מיר האבן שוין פריער דערמאנט׳ געהערן אלע גאלד־ גלעזער בערך צו דער צײט פונ׳ם 4־טן יארהונדערט; דאס זעהט מען פון א פארגלײך מיט די אלגעמײנע קונסט־שאפונגען פון יענער צײט. זײ זײנען אבער װעניג אײנהײטליך און דעריבער קאן מען נאך מאכן אין זײ א געװיסע גרופירונג• דאס בילד פונ׳ם בית־המקדש צעפאלט זיך אויף א מנורה אינ׳ם אונטערשטן טײל און א ארון־קודש אין אויבערשטן טײל (זעה דאס בילד אויף זײט 8 אין 5־טן העפט ״מילגרוים״ דאס זעלבע זעהן מיר אויך אויף דעם בילה װאס מיר געבן דא אויף זײט 20) א װײטערע פאזע אין דער אנט־ װיקלונג איז די קאמפאזיציע׳ װעלכע לאזט דעם אױבערשטן טײל אזוי װי פריער׳ אין אונטערשטן טײל געהט זי שױן אבער מעהר סימעטריש און שטעלט אװעק צװײ מנורות• נאך א װײטערע מדרגה פארנעמט דעם אונטערשטן טײל מיט׳ן פיש־טעלער און די בײדע מנורות שטעלט זי אװעק אויבן׳ פון בײדע זײטן פונ׳ם געבײ. דאס דאזיגע בילד׳ װעלכעס איז רעפראדוצירט בא גאראטשי׳ (טאװל 490׳ נומר 3) האט זיך שוין שטארק דערװײטערט פונ׳ם טעמפל־טיפ און דערפאר דארף מען עס אװעקשטעלן אץ דער לעצטער שורהז עס באװײזט זײנע סימבאלן סײ פאר די ימים־טובים׳ סײ פאר׳ן שבת• נאך א װײטערע פארפאלקאמענהײט האט אונזער לעצטער טיפ דורכגעמאכט מיט דעם׳ װאס ער איז נאך מוסיף דעם פארקאטשעטן פרוכת באם ארון־קודש׳ װעלכער הענגט׳ אזוי װײט װי ס׳לאזט זיך דערקענען׳ אין ארון־קודש פון אינעװײניג (אזוי װי נאך הײנט בא די ספרדים). אויך די פאראײנפאכונג אינ׳ם בילד פון דער מנורה האט בא די גלעזער מיט׳ן פיש שוין דערגרײכט א גרויסן פארטשריט׳ װעלכער זאגט עדות׳ אז אונזער שטיק שטאמט שוין פון א שפעטערער צײט. אױב די האנדװערקמעםיג געמאכטע ײדישע גלעזער קאנען זײן נאר באשײדענע עדות אויף דער ײדישער קונסט אין פאר־ גאנגענע צײטן׳ געבן זײ אונז דאך א פולע אנרעגונגען און באלעהרונגען װעגן דעם׳ וױ אזוי אונזערע עלטערן האבן געדענקט• דאס איז פאר אונז באזונדערס װערטפול׳ װײל עס דערצעהלט אונז װעגן א צײט׳ פון װעלכער מיר האבן אחוץ דעם נאר זעהר קנאפע ידיעות׳ די צײט פון איבערגאנג צום מערב־אײראפעאישן גלות־ײדנטום׳ װעלכע האט פאר אונז דעם גרעסטן װערט• ש• טעפליץ קריסטנטום״(איןארכױו פאר רעליגיאנס־װיסנשאפט 1911, האט נאך פערסױס געװאוםט׳ אז דער פיש איז א ײדישער שבת־מאכל׳ ״ער שילדערט אין די סאטירעס ס\ז 180—184) א ײדישן ױם־טוב׳ װאס הויבט זיך אן אין אבענד׳ און אין װעלכן׳ לויט די תלמוד־פארשריפטן׳ די אנהענגער פונ׳ם ײדנטום באלײכטן זײערע צימער מיט פיל ליכט׳ צום טיש שטעלן זײ װײן׳ און דער גרױסער עק פונ׳ם פיש פילט אן די גאנצע רויטליכע שיסל. מ׳מורמעלט מיט די ליפן עפיס א געבעט און מ׳עהרט מיט גרויס כבוד דעם ײדישן שבת״. לויט׳ן תלמוד האט מען אין די פײערטעג געמוזט עסן לפחות צװײ מאכלים׳ פון װעלכע אײנס איז געװען פיש. עס װערט אויך דערצעהלט פון א צדיק׳ רבי ױסף׳ אז ער פלעגט די גאנצע װאך גרײטן דעם שענסטן פיש אויף שבת. אויפ׳ן יםוד פון אט די עדות׳ן מעג מען דערמיט רעכענען׳ אז אויף די גאלד־גלעזער איז דער שבת סימבאליזירט דורך זײן הויפט־ מאכט׳ דורך דעם טראדיציאנעלן מאכל־דגים• דאס װאלט געװען א פארברײטערונג פון די מאטױון׳ לויט װי מיר האבן פריער געפרובט דערקלערן די סימבאליזירונג פון די ימים־ טובים. דאס בילד גופא׳ אויב אפילו ס׳האט א שײכות מיט ׳ד ־ד אלטע זשאנר־געמעלערײ׳ קאן עס אבער׳ לויט דער אידעע׳ צום טײלװארצלען אין די אלגעמײנע סעמיטישע פארשטעלונגען און צום טײל׳ דורך דער םינקרעטישער השפעה פון די געצנ־ דינערישן קולטן׳ האט עס אפשר באקומען אנ׳אנדער באטײט׳ אדער זײן באטײט פארברײטערט• עס בעט זיך אלײן א פאר־ בינדונג צװישן אט דעם טעלער מיט׳ן פיש און דעם מאכל־לויתן׳ װאס איז אנגעגרײט פאר די צדיקים לעתיד לבוא׳ אלזא מיט דער צײט פון משיח• און אזוי װי אפט׳ האט אויך דא דאס אלטע קריסטנטום גענומען זײן אנטװיקלונג דירעקט פונ׳ם ײדנטום׳ אזוי אז מ׳קאן קוים געפינען צװישן זײ א שארפע שײדונגסליניע• דער פרוב ארויסצורוקן אויף דער ערשטער שורה ניט דעם סעפולקראלן׳ נאר דעם סינאגאגאלן זין פון די בילדער׳ איז זעהר פארשטענדליך׳ װען מ׳נעמט אין אכט דעם סינא־ גאגאלן כאראקטער פונ׳ם ײדישן לעבן אין גלות• דער דאזיגער אופן צו ערקלערן דעם זין פון די געפונענע בילדער האט פאר אונז א באזונדערן װערט׳ דען ער גיט אונז די מעגליכ־ קײט נאכצופאלגן דעם אנטװיקלונגסגאנג פון דער ײדישער גלאז־מאלערײ׳ פון די בית־המקדש־פארשטעלונגען ביז צו די ימבאלישע פארשטעלונגען פון די ײדישע ימים־טובים• 22

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.