Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 23

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 23 (sequence 29)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--315-9581599
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

א ש א ל ה איז ער געװען פון דערװײטנס״ שוין יארן מיט איר ניט געלעבט• מיט אלע חושים איז ער געװען פארטאן אין דער פארם׳ געװען אויף די פיס מיטץ טאג צוגלײך״ קײנמאל ניט געװאוסט װען די נאכט איז אװעק״ זעלטן זיך אפגעגעבן דין וחשבון• אזוי זײנען דורך יארד• אברהם איז רײך געװארן״ זעהר רײך״ האט שוין ניט געדארפט מעהר ארבעטן׳ זיך אבער ניט געקענט מעהר העלפן״ געארבעט װי פריהער• זײט אבער די שנור איז געקומען אין הויף ארײן״ איז ער געװארן אומרוהיג• אגגעהויבן פריהער צו קומען פון פעלד׳ נאכץ עסן זיך פארמאכט אין קאבינעט׳ זיך איבערגעגעבן שלעכטע מחשבות• און זײ זײנען ניט אפגעטראטן׳ אים בא־ פאלן׳ װי פאר׳עקשנ׳טע פליגן׳ זיך גערײצט׳ װאס ער פײניגט דעם גוף׳ װאם זײן פראצע׳ זײן עשירות׳ װעט אװעק מיטץ דויך. דאס װײב איז קראנק׳ שוין יארן קראנק- אפט׳ אז ער איז געריטן איבער די פעלדער׳ געזעהן ארום־זיך אזויפיל קיה׳ אזויפיל פערד און דאס לאנד ציהט זיך אהן א סוף׳ קרעכצט פון צופיל שפע׳ איז אים אײגעפאלן - אז ער איז אברהם׳ אז גאט האט אים געבענשט׳ װײל ער געהט אין זײנע דרכים׳ אז ניט בחנם הײסט דער זוהן יצחק׳ די שנור - רבקה• פון די אומענדליכע פעלדער האט זיך דערטראגן א שטים׳ זיך געװיקלט ארום אים׳ אײנגערוימט: - אברהם׳ אברהם - - - איך האב דיך רײך גע־ מאכט-איך האב דיך גרויס געמאכט-געה צו פרענקן׳ דעם שעפער׳ נעם זײן דײזיץ פאר א קעבס־ װײב-- ער האט אויפגעציטערט׳ געװאלט פארטרײבן די בײזע מחשבות און אפגעשטעלט דאס פערד בא א קלײן הײזל: - הא - הא - הא! ז־ ׳ד ־ד דײזי א ױנגע מולאטקע׳ איז ארויםגעקומען׳ זיך פארנײגט פארץ בעל־הבית: - דער טאטע איז אויף דער לאנקע! אברהם האט לאנג געטראכט װעגן דײזי׳ן׳ געפלאנט זי צו באזיצן אין װאלד׳ זיך געטרײםט׳ אז אלע אבות האבן געהאט קעבס־װײבער. דער געדאנק האט זיך געדרעהט בא אים אין מוח׳ אויםגעשפינען א קרײז איבער א קרײז׳ א קרײז אין א קרײז׳ און אין דער מיט איז געזעסן דײזי אינגאנצן פון סאמעט• פון שטעדטל איז אנגעפארן דער אלטער שויחט• - ר׳ לאזער׳ איר פארט צו מיר? *ד ▼ - יא׳ ר׳ אברהם! ▼ - גוט׳ איך װיל טאקע מיט אײך עפיס רעדן׳ אברהם איז ארויף אויפ׳ן שוחט׳ס בריטשקע׳ צוגעבונדן פון הינטן דאס פערד. דער שויחט האט אנגעשטעלט אנ׳אויער: אברהם האט אלײן ניעגעװאוסט װי רײך ער איז• די בהמות׳ װאס האבן זיך ארומגעדרעהט אױף די אפגעצוימטע לאנקעס׳ האבן זיך כמעט יעדעס יאר באם צעהלן געדאפלט• שטיקער לאנד זײנען צוגעקומען - געבראכט מיט זיך פרישע הענט און אין הויף האט מען פון באגינען ביז אװענט שװער גע־ ארבעט׳ זיך געװײקט אין שװײס• אברהם האט ניט גערוהט׳ זיך ניט געקענט פארלאזן אויף איציקן׳ דעם ניט דערבאקענעם בן־יחיד• ער האט א קוק געטון צו די בהמות׳ געשטאנען באם שנײדן די תבואה׳ ארײנגעאטעמט דעם פרישן ריח פון דער שוימיגער מילך׳ אויפגענומען סוחרים• ער האט אויף א מינוט ניט ארויס־ געלאזט די לײצעס און געזעהן׳ אז אלע באשעפענישן אויף זײן פארם זאלן געהן אין שפאן. אברהם׳ם צעװאקסענער גוף׳ דער רויטער קארק׳ װאס האט זיך געהאלטן באם איבערלעגן׳ דאס דורכגעבאקענע פנים מיט די רויטע אדערליך - אלץ האט ארויסגערופן דרך־ ארץ. ער האט ניט געקענט זעהן װי מענשן זיצן לעדיג - זײנען די ״הענט״ אונטער זײן בליק געװארן פלינקער׳ די באװעגונגען - ראשער• ער אלײן פלעגט זיך אװעקשטעלן מיט א קאסע אויף דער לאנקע׳ ארבעטן האנט אין האנט מיט די שניטערס׳ זיך פאר־ געסן אין דער ארבעט• בלויז בא זיך אין הויז איז אברהם געװען שטיל• די דינסטן האבן געמוזט געהן אויף די שפיץ־נעגל׳ גערעדט מיט די ליפן׳ װי עס װאלט געװען א חולה אין שטוב• אברהם׳ס װײב׳ שרה׳לע׳ איז געװען א שװאכע׳ אנ׳אויסגעצערטע׳ שוין יארן געפאכט מיט דער נשמה• זי האט יעדע װײלע אויסגעצויגן דעם לאנגן דארן האלז׳ װאו מען האט געקענט צײלן די אויפגעצילעװעטע רײפלעך׳ וױ בא אנ׳אפגעציפט העהנדיל׳ און א בלעכענער הוכט האט געקארטשעט און גע־ מאטערט דעס שװאכן גוף• זי האט פײנט געהאט טומל׳ געזעסן גאנצע טעג באם פענסטער׳ געקוקט אויף דער לאנקע און אז זי האט אמאל דערזעהן װי א האהן שארט זיך צו א היהן׳ מאכט חנ׳דליך׳ האט זי זײ בײדע פונאנאנדער געטריבן: - א גרארי זדר! אװעק! פון אויפרעגונג האט זי זיך פארהוסט׳ זיך פארקליבן אויף דער װעראנדע׳ װאו די שנור האט זיך געשפילט מיט׳ן יאריגן אײניקל. אברהם׳ װאס האט געהאט אויף די פינגער דעם גאנצן הויף און אלע האבן געציטערט פאר אים׳ האט אין שטוב קײן הויך װארט ניט געקענט ארויסרעדן׳ זיך געפילט שלעכט מיט זײן געזונטן גוף. פון זוהן האט ער קײן נחת ניט געהאט׳ זיך אויף אים װעניג געקענט פארלאזן. מיט׳ן װײב 23

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.