Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 20

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 20 (sequence 26)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--312-9581596
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

גאלד־גלאז 080 0 01א0? 19£ 0£ א1£\£01?3 \/א\/0£1511 ££1£'£££ם \/810£1 ,זססםממ^ס 1\££0 ם0£טםס£ק£?1 —ו■ י־*ו] נ;;:<ץוךך7<£ *״1^0 יידישע גאלד־גלעזער דאס ערשטע קאפיטעל איז ערשינען אין העפט 5 ב און װי מיר זעהן אויך פון ײדן״ און אנגעהויבן איר צוגעבן א באזונדערע באדײטונג. די מיט פונ׳ם אונטערשטן טײל אין אונזער גאלד־גלאז פילט אן הויפטזעכליך די זיבן־רעריגע מנורה. דאס איז א קאנדעליאבה װעלכער איז באדעקט מיט פארצירונגען אין פארם װי קלײנע טאפליליך און װאס זײן פוס שטעקט עפיס אין א טײג־ארטיגן געבילד• אויף יעדן פון זײנע רערן שטעהט א ברענענדיג עהל־לעמפל. פון בײדע זײטן פון דער מנורה שטעהן צװײ שפרינגנדיגע לײבן. װאס װעגן זײער סימ־ באלישן באטײט איז איבריג צו רעדן- נאכדעם װי מיר האבן אזוי פיל פסוקים. אין װעלכע עס װערט גערעט פון דעם מלך פון די חױת אי^ס פון מאכט. קראפט און שטארקײט. דעם פרײען שטח פילן אוים א פך ־ השמך א לולב- א אתרוג, א שופר און קײלעכיגע פלאטשיגע געמוסטערטע ברויטך װעלכע. לויט איך װײס. זײנען ביז איצט נאך קײנמאל ניט דערקענט געװארן אלם מצות. די דאזיגע סימבאלן פון די ײדישע ימים טובים געפינען זיך אויך אויף א סך ײדישע מצבות. צום בײשפיל אויף די. װעלכע ניקאלאוס מילער האט אויסגעפינען אין דער ײדישער קאטאקאמבע אויפץ מאנטעװערדע אין רוים. אויך די מצבה. װאס איז געפונען געװארן אין מילעט- און די מצבה פון דער קאטאקאמבע אין װיניא ראנדאניני׳ װעלכע געפינט זיך אין קאיזער־פרידריך־מוזעאום אין בערלין טראגן גלײכע אדער עהנליכע מאטױון. מ׳קאן גרײליך רע־ כענעך אז אונזער טיפן־שאץ שטעלט פאר א סימבאליזירונג פון די ײדישע ימים־טובים- די מצות אויף פסח. דער ארון קודש אויף שבועות (ווען די תורה איז געגעבן געװארן)- דער שופר אויף ימים נוראים. דער לולב מיט דעם אתרוג אויף סוכות׳ די מנורה און דער פך־השמן אויף חנוכה (װעלכער איז אין יענער צייט געװען א גרעסערער ױם־טוב װי שפעטער אין מיטל־אלטער, װען ער איז אראפ צו דער מדרגה פון פורים). אלע פרובן אויסצוטײטשן די דאזיגע מאטױוך װי עפים א בא־ זונדערע סעפולקראל־קונסט (די קונסט פון טרונעס און מצבות). אזוי װי דאס האט געטון שמואל קרויס אין זײן מאמר ״צו די גאלד־גלעזער מיט פארשטעלונגען פונ׳ם סינאגאגאלן קולט קענען מיר צומײסטן פון די בילדער אינ׳ם מאנומענ־ טאלן װערק פון גאררוטשי 3ת3ג*8״ס 6*31 י11ס*> 3ד1ס54. די דאזיגע שטיק געפינען זיך אין די בערלינער און לאנדאנער מוזעען׳ און אויך אין פאריז און אין רוים? זײ שטאמען צומײסט פונ׳ם קונסטהאנדל און דעריבער װײסט מען גאר ניט גענויעם װעגן זײער מקור• דער קרײז פון די פארשטע־ לונגען איז כמעט שטענדיג דערזעלבער• בא אונזער אפ־ בילדונג אויבן איז די מיט פונ׳ם אבערטײל פארנומען דורך א שאפע מיט א פראנטאן׳ װעלכע שטעהט אויף א פאדױם• עטליכע טרעפ פיהרן צו דער אפענער שאפע׳ װעלכע איז אינעװײניג געטײלט אין דרײ פאליצעס׳ אויף װעלכע עס ליגן ראלן פון םפרים• עס איז א ארון קודש און די ספרים זײנען ספרי־תורות׳ װעלכע פלעגן אין אלטע צײטן תמיד געהאלטן װערן ליגנדיג. די דאזיגע מעטאדע שײנט אונז׳ װאס מיר זײנען געװאוינט צו זעהן די ספרי תורה שטעהענדיג׳ זעהר מערקװירדיג׳ אין אמת׳ן אבער איז גראד אט דער דרך פיל צװעקמעסיגער און אויך אלע אנדערע אלטע פעלקער פלעגן זײערע ספרים האלטן ליגנדיג. פון בײדע זײטן פון ארון קודש זיצן צװײ פויגלען׳ דאס איז אדער א דעקאראטױוע אויספילונג פונ׳ם לעדיגן ארט׳ אדער עס איז א סימבאליש בילד פון דער פרידן־טויב׳ װעלכע באצײכנט דעם פרידן אין דיזן לעצטן רוה־ארט פונ׳ם מענשן• יעדנפאלם קענען מיר דעם מאטױו פונ׳ם פויגל סײ פון דער דעקאראציע אויף דער שוהל־טיר אין קעראזע (אפגעבילדעט בא װאטציגער) סײ פון דער מאזאיק אין דער שוהל פון נאװא• בײדע זײנען אהן ספק א אפשפיגלונג פון אלטערטימליכע זשאנר־בילדער׳ פון װעלכע די ײדן האבן זײ איבערגעגומען. דאס באװײזן צװײ מצבות פון די קאטאקאמבעס אין מאנטעװערדע בא רוים (געבראכט בא מילער־בעס)׳ װעלכע שטעלן פאר א פאמיליע פויגל ווי זיי פיקן טרויבן. אמאל טרעפט׳ אז מ׳גיט צו דעם דאזיגן מאטױו עפים א סימבאלישן זין. די קריסטליכע קונסט אין מזרח האט צוגענומען אט די ירושה פון די געצנדינער׳ 20

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.