Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 15 (sequence 21)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--307-9581591- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ביז צו א לײכט איבערגעארבעטן אפגוס לויט דעם מענשליכן פנים (די עגיפטישע גיפס־מאסקעס פון תל־עמרנא׳ די טויטן־ מאסקעס פונ׳ם קװאטראצשענטא) אדער גאר צו געשטאלטן מיט ריכטיגער באקלײדונג (די באראקער סקולפטורן פון שפאניען). פאנאפטיקום־װירקונגען? - די אנגסט פאר דער פאנאפטיקום ־ װירקונג. װעלכע פארפאלגט אונז זײט דער קלאסיציסטישער עסטעטיק- איז אין די פריעריגע צײטן נאך ניט באקאנט געװען• און מיט רעכט• דען פונקט אזוי װעניג װי די װײטקײט פון דער נאטור שאפט שוין קונסט- אזוי איז אויך די נאהנטקײט צו דער נאטור, און מעג זי נאך װי סאמע נאהנט זײן״ ניט קײן צװינגענדיגע סבה צו אומקונסט• דאס אנטשײדנדע איז דאך שטענדיג נאר׳ אז דאס פארגעשטעלטע שטיק נאטור זאל זײן דורכגעװעהט מיט׳ן הויך פון א אײנהײט־ ליכער נשמה־שטימונג. אט די דאזיגע פאדערונג דערפילט שוין די נאטור גופא אין אײנצלנע עקזעמפלארן אױף אזוי פיל- אז ס׳איז נײטיג דערנאך נאר קלײנע צוגאבן׳ כדי זי אין קונסט צו פורעמען• איבער אט דער אידעאליסטיש געמילדערטער אדער נאטורא־ ליסטיש פארשטארקטער לייבהאפטיקײט פונ׳ם פלאםטישן געבילד׳ איז זײן דרײ־דימענויאנאלע טבע גורם נאך א װײטערע׳ פון דער מאלערײ אפגעזונדערטע װירקונג• דאס פלאסטישע װערק לאזט זיך ניט נאר זעהן מיט׳ן אויג׳ נאר אויך אנ־ טאפן מיט די הענד׳ בשעת די מאלערײ רעדט נאר צום אויג• מ׳מוז אײנמאל האבן אנגעטאפט מיט די פינגער די צארטע הויבונגען און זינקונגען פון א פרויען־קערפער׳ אזוי װי די גרעקן האבן אים פארשטאנען צו טאקן׳ מ׳מוז האבן גע־ נומען אין האנד- און אי,־ די הענד ארומגעדרעהט׳ א אלטער־ טימליכע טעראקאטע׳ א רענעסאנס־סטאטועטע׳ א פארצלאן־ פיגורעלע׳ אין װעלכע ס׳איז דא אזוי פיל לעבן אויף אזא ענגען שטח׳ מ׳מוז האבן געפיהרט מיט דער האנד איבער׳ן קוים באמערקבארן רעליעף פון א פראנצויזישן מעדאיל׳ - כדי צו װיסן. װאס פאר א גענוס מ׳האט פון אט דעם טאפן פלאסטישע פארמונגען• דארט װאו די פלאסטיק איז צוליב װײטקײט אדער הויכקײט ניט אנצוטאפף װערט דער חשק דערצו פון דעסטװעגן אויפ־ געװעקט׳ און דאס אויג נעמט דאן איבער די ראלע פון דער האנד? דער באטראכטער לעבט איבער׳ װעניגסטענס אין דער פאנטאזיע׳ דעם תענוג פונ׳ם באטאפן• אזוי ארום װערט די דרײ־דימענזיאנאליטעט פונ׳ם פלאםטישן געבילד דערהויבן פון א בלויזן פאקט צו א קינסטלערישער אױפגאבע? זי מאכט אויס אין אמתץ דאס רעכטע אײגנטליכע לעבן פון דער פלאסטיק׳ און ס׳װאלט געהײסן אנגעטראפן אויף א טויכן פונקט׳ װען מ׳זאל קומען אויף א שטעלע׳ װעלכע האט ניט קײן אנרעגונגסקראפט פאר אונזער חוש הנ־ישוש• דאס דארף מען באז נדערס אונטערשטרײכן דערפאר׳ װײל אדאלף הילדעבראנד אין זײן ״כראבלעם פון דער פארם״- שכירט דאס קובישע פון דער פלאסטיק - אזוי װי יעדעס קובישע׳ און אויך דאס פון דער נאטור גופא - אלס עכיס אזוינס׳ װאס קװײלט׳ פון װאס דער סקולכטאר נװז זײן װערק באפרײען• ״אזוי לאנג װי א פלאסטישע פיגור - שרײבט ער - פיהלט זיך אין ערשטער ליניע אלס א קובישעס׳ איז זי נאך אין דער התחלה פון איר געשטאלטונג? ערשט װען זי די אנדערע אבער לאזט ער אויסבעטן אין פארם ־ אויס־ לעשנדע שאטנס• צו דער טיפער װירקונג׳ װעלכע די מאלערײ דערלאנגט מיט איר פיקסירטן ליכט. קאן די פלאסטיק מיט איר געליהענעם ליכט. פארשטעהט זיך׳ ניט דערגרײכן• דאס אויפשטראלן׳ מיט װעלכן רעמבראנדט האט געלאזט מיסטיש ארויסלײכטן א אײנצלשטיק פונ׳ם בילד אויס דער טונקלקײט פון די איבריגע. איז פאר דער פלאסטיק ניט דערגרײכבאר. און װאס איז די פארב. אויב זי איז ניט איניגםט פארשמאלצן מיט׳ן ליכטי יעדע פײגערע מאלקונסט הויבט זיך אן ערשט דארט. װאו פארב און ליכט װירקן אינ־ אײנאנדער. װען מ׳לאזט די גרויע װאנד פונ׳ם צימער. געטראפן פון דער מארגן־זון׳ אװי װי אטעמען. דעם טונקעלן סאמעט שװער אויפגליהן. דאס זײד פרעהליך פינקעלן• אין דער פלאסטיק בלײבט דאך די פארב תמיד נאר ארטיגע פארב׳ איבער װעלכער דאם ליכט פון ארום געהט גלײכ־ מיטיג פארבײ• ד דאס לעבן פון דער פלאסטיק בלויז אין דעם ליכט׳ װאס דרינגט ארײן פון דרויסן׳ נעמט זיך פון דער קערפערליכ־ קײט פון אירע געבילדן. די דאזיגע קערפערליכקײט איז דער סימן פון יעדער פלאסטיק׳ און אפילו דער צארטעסטער רעליעף׳ מעג ער זײנע געשטאלטן לאזן' ארויסװאקסן פון דער פלאך׳ אדער זײ פארטיפן אין גרונד ארײן׳ טײלט זיך אפ פון דער מאלערײ אט טאקי דערמיט׳ װאס דא װערט גענומען צו הילף די דריטע מאס• מ׳דארף עס ריכטיג פאר־ שטעהן: די מאלערײ שטעלט אויך פאר דעם הלל אין דער טיף׳ אבער נאר אילוזיאניסטיש׳ ניט באריהרנדיג דערבײ דעם מאלגרונד אלס שטח• כלאסטיק אנער גיט די טיף אין דער װירקליכקײט׳ כאטש אפילו - אינ׳ם רעליעף - ניט תמיד אין דער ריכטיגער אויסמעסטונג פונ׳ם פארגעשטעלטן געגנ־ שטאנד• אין אט דעם אײנעם פונקט שטעהט די פלאסטיק׳ פאר אלעמען די רונד־כלאסטיק׳ העכער פון דער מאלערײ בנוגע דער װירקליכקײטן זי טײלט מיט׳ן פארגעשטעלטן אביעקט זײן רוימליכע עקסיסטענץ• עס זײנען געװען צײטן׳ װי צום בײשפיל די צײט פון קלאסיציםמוס באם סוף פונ׳ם 18־טן און אנהויב פון 19־טן יארהונדערט׳ װען א ביסל זיך שײענדיג פאר דער נאטור, האט מען געװאלט די דאזיגע צופיל װירק־ ליכקײטס־נאהנטקײט פון דער פלאכטיק פון דער אנדערער זײט װידער אויסגלײכן דורך דעם׳ װאט מ׳האט בא איר אװעקגענומען די פארב׳ אדער מ׳האט דורך טיפיזירונג פאר־ פרעמדט אירע געבילדן פונ׳ם אינדױוידועלן לעבן. מעהר נאאױוע צײטן און פעלקער האבן דוקא זיך געלאזט פאקן פון אט דער שטארקערער לײבהאפטיקײט• דער װילדער שניצט זײן אפגאט און ס׳דאכט זיך אים דאן׳ אז ער איז באגאבט מיט א צויבערקראפט• דער עגיפטער האט געטאקט די סטאטוע פונ׳ם פארשטארבענעם אין הארטן שטײן׳ כדי די נשמה זאל האבן א זיכערע װאוינונג׳ װען זי װעט װידער זיך צום גוף אומקעהרן. אויך דער נאטוראליזמוס אין די פארגאנגענע צײטן האט זיך באדינט צומאל מיט דער פלאסטיק רירעװדיגער װי מיט דער מאלערײ. אפטמאל האט די דאזיגע טענדענץ געפיהרט