Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 14

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 14 (sequence 20)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--306-9581590
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פלאסטיק און מאלעריי היט א רוהענדיגן אײנהארן״ דעם סימבאל פון צניעות• ער שטעהט״ אבער ער לײכט ניט- פונקט אזוי װי עס לײכט ניט דאם זון־ברעטל בא דאנאטעלא אדער דער פאקל אין דער האנד פונ׳ם מלאך־המות• דא איז פאראנען א טיפערער אונטערשײד צװישן מאלערײ און פלאסטיק. דער סקולפטאר קאן נאך גראד געבן דעם ליכט־ אױסשפרײטנדן קערפער? דאס לייכטן גופא און זײן געגנ־ שפילער׳ דעם שאטן״ האט ער ניט בכח פארצושטעלן. דאס הײסט ניט. אז די פלאסטיק איז בארויבט פון ליכט און שאטן. לחלוטין פארקעהרט קאן מען זאגך אז גיאד ווייל די פלאסטישע װערק מאדעלירן זיך. שוין צוליב זײער קערפער־ ליכקײט״ אין ליכט און שאטן״ קאנען זײ ניט געברויכן א צװײטעס ליכט. װאס זאל אויף זײ גופא פארגעשטעלט װערן• עס װאלט זיך געשטעלט אין א קאנקורענץ מיט דעם שוין פאראנענען ליכט און װאלט זײן װירקונגם־אופן מבטל געמאכט. די פלאסטיק איז ניט קײן בלינדן־קונסט״ װאס רעדט נאר צום חוש המשוש; דעריבער באדארף זי ליכט און שא־נך כדי די קערפערליכקײט פון אירע געבילדן פאר׳ן אויג פאיצו־ פירך און זי באדארף אויסער דעם ליכט און שאטן אלס מיטל פאר קינס:לערישע געשטאלטונגען. דער סקולפטאר װעט אויף דער װײסער מארמאר־סטאטוע אזוי צארט נואנסירן די מדרגות פון העל און טונקל און זײ אזוי עקאנאמיש פאר־ טײלן איבער דער גאנצער פיגור. װי א גראפיקער. װעלכער איבט זײן שװארץ־װײם־קעסטן און אויב ער נעמט דעם ערנסטערן בראנד װעט ער אויך אזוי ארבעטן פונ׳ם טונקלערן צום העלערך און לויט דער שניצונג װעט ער לאזן דאס ליכט מאטער זיך גליטשן איבער דעם רויהן אויבערפלאך אדער דרײסטער אויפזעצן די גלאנצליכטער אויפ׳ן גלאט פאלירטן בראנז- און יעדער פאלשער ארײנפאל פונ׳ם ליכט קאן אים דאן די גאנצע װירקונג צעשטערן• מיקעל אנדזשעלא האט באנוצט אין דער מעדיצעער קאפעלע דאס אויבערשטע ליכט פון דעם קאפעלע־לאמטערן׳ װאס דרינגט ארײן אין חלל׳ כדי צו פארשטארקן די זעעלישע אויסדרוקסקראפט. דאס פנים פון דער ״נאטטע״ זאל דורכדעם זיך טונקן אין דער נאכט־טונקלקײט- דער שטערן פון לארענצא מעדיצי זאל זיך דורכדעם אײנהילן אין פארטראכטן שאטן אונטדר דער ארויס־ שטארצנדער קאסקע. װעלפלין האט אונז געלערנט׳ אז א פײנערע אונטערשײדונג צװישן די פארשיידענע קונסט־ סטילן דארף אויך בא דער כלאסטיק (ניט נאר אין דער מאלערײ) אכטונג געבן אויף די יעדעס מאל זיך בײטנדע ליכט־פירונג• אזוי ליבט דאס קװאטראצשענטא א דעטאילירנ־ דיגע אויסשפרײטונג פון די באלײכטעטע און באשאטנטע טײלן׳ בשעת דאס צינקװעצשענטא שטרעבט צו א גרויס־ פלאכיגער און רוהיגערער מאדעלירונגן דער באראק װידער װארפט דורך אײנצלנע טײלן מיט באװעגליכע ליכטער׳ פלאםטיק און מאלערײ - בײדע פארמאגן די מעגליכקײט׳ נאכצובילדן זאכן פון דער נאטור. איך זאג אויסדריקליך׳ נאר די מ ע ג ל י כ ק י י ט ׳ גיט די אויפגאבע׳ דען װיפיל ס׳זאל ניט זײן די געװאוינהײט פון די דאזיגע בײדע קונסטן נאכצומאלן די נאטור׳ קאן פון דעם כלל ניט געמאכט װערן קײן געזעץ׳ אזוי װי דאס האט באװיזן גראד די נײסטע קונסט־איבונג׳ װעלכע װירקט דוקא מיט פארמען׳ װאס זײנען װײט פון דער נאטור. די דאזיגע קונסט־איבונג׳ אלס א זעלטענע שפילארט׳ לאזן מיר ארויס פון אונזער באטראכטן און נאר אגב אורחא װעלן מיר באמערקן׳ אז די מאלערײ קאן אזעלכע ניט־ נאטורישע פארמען און פארבן פרײער אויסשפרײטן איבער׳ן שטח׳ בשעת די פלאסטיק מוז דאך שטענדיג זיך האלטן בא דער סטאטיק פון אירע געבילדן. אבער אויך די באנוצונג פון נאטירליכע אביעקטן איז פאר דער מאלערײ ערלויבט אין א גרעסערער מאס אלס פאר דער פלאסטיק. מעהר פון אלעמען קאן דא נאך די רעליעף־קונסט אויסהאלטן דעם גלײכן שריט. מחמת דעם װאס אירע געגנ־ שטאנדן זײנען אנהאפטיג צו א הינטערשטן גרוגד־פלאך׳ קאן זי למשל בילדן אױף א דינעם צװײג רוישענדיגע בלעטער׳ אינ׳ם חלל ארומשװימענדיגע װאלקנס? קורץ - אמין לאנד־ שאפט׳ װאס פאר דער פרײפלאסטיק איז עס ניט מעגליך• די לעצטע׳ זײענדיג געבונדן אן דער האלטבארקײט און באשטאנדפעסטיקײט פון איר מאטעריאל׳ קאן זי פון דער שפראצנדיגער נאטור ניט אויפנעמען פיל מעהר װי בלויז דעם נאקטן גזע פון א בוים; איר אײגנטליכעס געביט פון פארשטעלונגען איז אבער די געשטאלט פון מענשן און פון חױת׳ און אויך די דאזיגע נאר אויף אזוי פיל׳ וױפיל זײ שטעהן אין בארירונג מיט׳ן ערד־באדן. מיקעל אנדזשעלא׳ אין װעמען מ׳זעהט געװענליך דעם פארבאהאל־ טענעם סקולפטאר׳ אפילו װען ער נעמט זיך צום פינזל׳ האט דאך׳ בעת ער האט געמאלט די סיקסטינישע קאפעלע׳ גע־ שאפץ פאר זיך אנ־אײגן פאנטאזיע־געביט׳ װעלכן די פלאסטיק האט ניט בכח געהאט צו דערפילן: די גרויסארטיגע׳ איבער׳ן חלל שװעבענדיגע געשטאלט פון גאט־דעם־פאטער אויף דער סטעליע׳ די ארויפשטײגנדע צדיקים און אראפנידערנדיגע פארשאלטענע אויף דער װאנד פונ׳ם אלטאר. די פארב איז אין רשות פון דער רונד־׳ וױ פון דער רעליעף ־ פלאםטיק. אפילו דאס ליכט געפינט זיך אין קרײז פון איר פארשטעלונג. די סטאטוע פון טאנאטאס האלט די ברענענדיגע פאקל אראפגעלאזט צו דער ערד׳ און אינ׳ם רעליעף זעהט מען צײטנװײז די זון אויפ׳ן הימעל שײנענדיג׳ וױ צום בײשפיל אויפ׳ן אנטאנױס־רעליעף פון דאנאטעלא מיט דער הײלונג פון דעם משוגענעם זוהן׳ אדער די לבנה׳ װי צום ביישפיל אויף דער רוקנזייט פון פיז נעלא׳ס מעדאיל פאר צעציליע גאנזאגא. װי חנ׳עװדיג שטעהט זײן פײנער הארן איבער דער האלב ־ אויסגעטוענער ױנגפרוי׳ װעלכע

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.