Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 16 (sequence 22)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--308-9581592- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דאזיגן טארזא ליב געהאט- װי אזוי ער טרײבט ארויס פון זײנע סטאטוען יעדע פלאכיקײט• עס בלײבט באלד קײן אײנציג גליה װאס זאל זיך אײנשטעלן פאראלעל צו די אויגן פונ׳ם באקוקער? אלעס רוקט זיך אפ צוריק׳ אדער שטארצעט ארויס אויף פארנט- דרעהט זיך אװעק. אדער קומט אונז אנטקעגן• כדי בא אזא שטענדיגער אקס־אומדרעהונג צו זיכערן פאר זײנע פיגורן די רוהיגע בילדהאפטיקײט- האט מיקעל אנדזשעלא ניט אנגעהויבן צו שלאגן דעם מארמאר פון אלע זײטן מיט אמאל. נאר ער האט שיכטװײז ארײנגעדרונגען פון פארנט אויף הינטן און אויף אזא אופן באפרײט די פיגור פון דער איבריגער מאסע. אקוראט װי - דער פארגלײך שטאמט פון װאזארי - מ׳װאלט אין דער װאנע׳ װאו עס ליגט א מענש- לאנגזאם אפגעלאזט דאס װאסער- און נאר זעהר פאמעליך פרײ געמאכט דעם מענשליכן קערפער• אויף אזא אופן האט ער בא יעדער מדרגה פון זײן ארבעט געהאט א בילדמעסיגן אנבליק פון איר װירקונג. אויב הילדעבראנד באנוצט זיך מיט אט דעם ארבעטס־ פראצעס פון מיקעל אנדזשעלא אלס א שטיצע פאד.זײן לעהרע. האט ער אין דער האנד נאר אײן זײט פון דער מטבע- די בילדהאפטיקײט- אבער ניט די צװײטע זײט _ דעם ארויסשפארנדן קוביק. גראד אין דער פאראײניגונג פון בײדע טענדענצן- אין דער ענערגישער ארײנדרינגונג אין דער טיף פון אײן זײט און אין דער בילדמעסיגער פלאכיקײט פון דער אנדערער זײט שײנט מיר- אז עס ליגן די הויך־פונקטן פון פלאסטישער געשטאלטונג• אויך די מאלערײ האט די מעגליכקײט פון אזא עקסטרעמער צושפיצונג פון די געגנזאצן אין רוים און אין פלאך. דען װי טיף אפילו די מאלערײ זאל געבן אילוזיאניסטיש דעם רוים- װעט א גוט בילד דאך עפיס דערהאלטן פון זײן פלאכן־ כאראקטער. די דאזיגע פלאכיקײט דארף ניט ליגן אין א גלאט־שטח׳דיקײט פון די פארגעשטעלטע געגנשטאנדן? שוין די פארב גופא קאן. ניט קוקנדיג אויף דער גאנצער געגנ־ שטענדליכער טיף- אפהיטן דעם כאראקטער פון דער בילד־ פלאך. איז דען בכלל דאס קאמפאנירן מיט דער פארב ניט טאקע דאס זוכן פון אנ׳אױסגלײך- פון רעכטס אויף לינקס׳ פון אויבן אויף אונטן- אלזא א ארגאניזירונג פון דער פלאך? אויף אזא אופן קאן די פלאסטיק- װי די מאלערײ- לאזן איבער־ לעבן אין דער זעלבער צײט אויך דעם רוים און אויך די פלאך׳ - ניט מעהר׳ אין דער מאלערײ איז די פלאך דאס געגעבענע און דער רוים איז דאס נאר פארגעטוישטע׳ בשעת אין דער פלאסטיק איז די דריטע דימענזיאן דאס געגעבענע און דאס פלאכן־בילד איז נאר שײנבאר• און װיפיל ס׳זאל ניט גע־ װאונען װערן פון דער פלאך־פארשטעלונג׳ װעט פון דעסט־ װעגן אין יעדער פלאסטיש געפילטער סקולפטור די טיף שטענדיג מוזן װײטער װירקן אלס לעבעדיגסטע קראפט• װאס שטארקער דער געגנער׳ אלץ גרעסער דער נצחון און דער באקוקער געניסט דעמאלט׳ אויפגערעגט און צוגלײך געשטילט׳ דעם תענוג פון אט דעם קעמפנדן שפיל׳ פון אט דער בארוהיגטער ענערגיע• װירקט אלס פלאכעס׳ כאטש זי איז באמת גאר קוביש׳ געװינט זי א קינסטלערישע פארם׳ ד• ה• א באדײטונג פאר דער גע־ זיכטס־פארשטעלונג״• פאר אים באשטעהט די אויפגאבע פון יעדער בילדנדער קוגסט אין דעם׳ אז זי זאל אזעלכע קלארע געזיכטס־פארשטעלונגען פארמיטלען• ״פאר דער בילדנדער קונסט האט יעדע רעאליטעט נאר אזוי װײט א באטײט׳ װי װײט זי מאניפעסטירט זיך אינ׳ם אפטישן בילד•״ אויף אזא אופן מוז אױך די פלאסטיק ״שטאנד האלטן אלס אפטישער אײנדרוק׳ ד• ה• אויף אזא מרחק׳ בא װעלכן ס׳איז מעגליך א אײנהײטליכער אפטישער אײנדרוק•״ אין דעם דאזיגן געדאנקן-גאנג׳ שײנט מיר׳ איז אויסגעמישט ריכטיגעס און פאלשעס• ריכטיג איז דאך געװיס׳ - כאטש גראד אױף אש דעם פונקט קריגן אלע׳ - אז די פלאסטיק׳ בא איר גאנצן אויף און אפ׳ פאר און צוריק׳ דארף זי דעם באקוקער ניט ארומיאגן ארום זיך נאר אים געבן די מעגליכקײט פון א רוהיגער באטראכטונג• די דאזיגע רוה דארף געװיס ניט זײן שטענדיג א פיזיאלאגיש שטילשטעהן פון די אויגן• אודאי זײנען פאראנען פלאסטיקן׳ װעלכע עפענען פאר אײך אזוי קלאר אײן הויפט־אנבליק - צי דורך דער דײטליכער אויפראלונג פון אלע גלידער־מאסן׳ צי דורך דער קלארקײט און שעהנקײט פון א באשטימטן סילועט׳ - אז דער קוק אײערער׳ װען ער האט אײנמאל דעם דאזיגן אנבליק געפונען׳ בלײבט ער שוין באפרידיגט אויף אים שטעהן• אבער פונקט אזוי זײנען פאראנען פלאסטיקן׳ צום בײשפיל אינ׳ם באראק׳ װעלכע לאזן זיך ניט אזוי אײנדײטיג אנקוקן׳ פאר װעלכע דאס אויג פאלט ארײן אין לײכטע װאקלונגען׳ אדער עס װערט לאנגזאם גאר ארומגעפיהרט איבער דער פיגור׳ װײל עס ציהט זיך פון אײן ערשײנונג צו דער אנדערער• אבער אויך די דאזיגע באטראכטונגס־װײזע דארף ניט װערן א לחלוטין אומרוהיגע? דאס הויכע גליק׳ װאס די בילדענדע קונסט איז ביכולת צו געבן׳ מוז אין גרויסן גאנצן פארט דער־ האלטן װערן• הילדעבראנדס טעות׳ שײנט מיר׳ ליגט פיל מעהר אין דעם׳ װאס ער זעהט דעם קוביק פונ׳ם פלאסטישן געבילד כסדר נאר אלס עפיס א צרה׳דיגן הכרח׳ װעלכעס מ׳מוז גובר זײן׳ כדי פון אים ארויסצוקריגן דעם שײן פון דער פלאך׳ קײנמאל אבער זעהט ער אין אים נ ט א זאך׳ װאס האט פאר זיך אלײן א װערט און װאס איז כדאי דעריבע־ צו אים צו שטרעבן. ס׳איז בא מיר טאקי קײן ספק ניט׳ אז אויך פון אזא נעגירן דאס קובישע קאנען ארויסקומען געהאלט־פולע פלאסטישע װערק• הילדעבראנדס אײגענע שאפונגען׳ אדער די קלאסיציסטישע סטאטוען פון א קאנאװא׳ פון א טארװאלדסן׳ געבן דערצו גענוג באװײזן׳ און ד* הויך־גאטישע פלאסטיק האט צײטנװײז אנט־ װיקלט נאך א פלאכיגערן סטיל׳ בא װעלכן די פיגור מיט א עלאסטישער סילועטע שרייבט זיך ארײן אויפץ גלאטן שטח• אבער אזעלכע צײכנערישע טענדענצן אנטפלעקן ניט דעם פול־בלוטיגן פלאסטיקער• יענער װעט׳ להיפך׳ זוכן די טיף׳ און מעגליכסט מיט אזא עלעמענטארער קראפט׳ װי מ׳זעהט זי אויף דעם טארזא פונ׳ם בעלװעדער• מ׳קאן נאכפאלגן בא מיקעל אנדזשעלא׳ װעלכער האט דעם פראפ׳ פראנץ לאנדסבערגער 16