Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 3 (sequence 9)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--295-9581579- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
און באקאנט און זײ חזרץ איבער אוראלטע פארבילדער- ניט מעהר די קלײדונג און דאס כלי זײן פונ׳ם ריטער זײבען צו־ געפאסט צו דער צײט- און א ארנאמענטאלער שמוק יאװעט זין/ װעלכער איז פריער ניט געװען באקאנט* אזוי װי א שטײגער דער דרײ־בלעטערדיגער קלעע־בלאט• דא איז עס נאך געפארמט רונה בשעת אין 14־טן יארהונדערט פלעגט מען בכלל שוין צושפיצן- די געשטאלטן פון מענש און חיה זײנען דא נאך קורץ און געדרענגט- בשעת די נײע מאדע האט פארלאנגט לאנג־ געצויגענע פארמען. דער העברעאישער כתב האט׳ נאכפאלגנדיג דעם גײסט פון דער צײט, אויפגענומען אין זיך עפיס נײעס- ער איז געװארן נערװעזער, עלאסטישער. דינענקע איבערגאנגען באצײכענען די שטעלן װי די גאנז-פעדער זעצט אפ און בײט די באװעגונג• מ׳זעהט, אז דא האט מען צו טון מיט א געװאוינטן קאליגראף• דאס איגטערעסאנטעסטע איז דאס בלאט פון קאד• העבר• 5, באנד 2, אויס א פירוש רש״י צום חומש, װעלכער איז אפ־ געשריבן דורך שלמה בן שמואל אין װירצבורג אין יאר 1233. דא האבן מיר א סצענע פון אױב• די קאמפאזיציע, די באהאנדלונג פון די אײנצלנע פיגורן, זײנען צום שטוינען לעבהאפטיג׳ פרײ און זיכער. מ׳גלויבט קוים, אז דאס איז אזא אלטע ארבעט• די בילדער זײנען דאך געװיס געמאכט געװארן שוין אינ׳ם 14־טן יארהונדערט• אױב זיצט אין דעם אש, זײנע דרײ חברים רעדן אין אים ארײן מיט הארץ, אויף די שפרוך־באנטן, װעלכע זײ האלטן אין די הענט, האבן געדארפט זײן אויפ־ געשריבן זײערע רײד, אזוי װי עס איז געװען דער מנהג אין יענע צײטן. די צײכנונג איז אבער׳ װי ס׳װײזט אויס׳ ניט פאר־ ענדיגט געװארן. די האלטונג פונ׳ם נאקעטן אױב מיט׳ן אפגעשוירענעם קאפ איז ניט אהן דראמאטישער קראפט• װי אנדערש זײנען זײנע געמאסטענע הכנעה׳דיגע העוױת פון יענער געשעפטיגער לעבהאפטיקײט אין די האנט־באװעגונגען פון זײנע חברים• װי פארשידן איז די האלטונג פון די קעפ אין דער לינקער גרופפע, װי אויסדרוקס־פול די געזיכטער. דער ױנגסטער אליהו בן ברכאל, װעלכער טרעט ארויס ענערגיש, שטעהט אפגעשײדט פון דער גרופפע און דערמיט איז ער אויך אויסערליך כאראקטעריזירט• די פארקארטשעטע געשטאלט רעכטס (מסתמא אױב׳ס װײב) דערמאנט מיט איר פארביטערטער טראגיק די מאנומענטאלע געשטאלטן פון זשיאטא• מיר פארדאנקן די אויפנאמע דער פרײנדליכקײט פון העררן ע. טעפליץ• הערר ד״ר געארג לײדינגער, דער דירעקטאר פון דער בײערישער מלוכה־ביבליאטעק אין מינכען׳ האט אונז געגעבן די זעהר חשוב׳ע ידיעות װעגן דעם מקור פון די האנט־ שריפטן, װער ס׳האט זײ געשריבן, װען, אין װעלכער טעכניק און מיט װעלכע פארבן• ידיז 2*ײץע\ץ ♦רזב 0 פלש1 סעס ידדבר עוץ בטמ ױד־/ניז 4ו? גע דץכין 4דד מימ מז׳ ¥¥ ¥* ¥¥ ¥* ¥¥ ¥¥ 1 ¥¥ כסייעיזא רעעראאחלאױבי אױב און זײנע חברים• פון פירוש רש״י על התורה• געשריבן אין װירצבורג פון שלמה בן־שמואל׳ אין יאר 1233. פארבן מיט גאלד• מינכען, מלוכה־ביבליאטעק, קאד• 5, באנד 2 1233 א1 80ז£8281ם^0י ד^ א^דדןק^סו .5091^8 8¥ 818££ 79£ אס ד8\,דא1£\1\00 .3סא1£?1־? 915 םא^ 08ן 11 .0£/\■ ,5 .9£88 ,000 9£8£ד5818£10ד\/\/ד5 ,109א(11\ .ס00£ 9דד00י £0א£ד9£109 09£^00£1 א1 8£טד.י/1א11\ .111££\\/3 א8£ א10\50£0 8¥