Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 4 (sequence 10)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--296-9581580- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
עמנואל גליצענשטיין גליצענשטײן איז געבױרן און אויפגעװאכסן אין דעם לאנד װאו דער מוזעאום געהערט ארגאניש צום לעבן פון א קינסט־ לער׳ און ניט נאר בלויז פון א קינסטלער• אמת> גראד אין איטאליע האט העכער אויסגעקלונגען דער לאזונג פון די פוטוריסטן קנאפ פאר׳ן קריג: אװעק מיט די מוזעען! זאל מען פארברענען די מוזעען! (מ׳דערמאנט זיך נאך מא־ רינעטיס אגיטאציאנס־רײזן)- אבער גראד דארט האבן די״מוזעען אם בעסטן אויסגעהאלטן׳ װײל זײ האבן ניט נאר עקסיסטירט- נאר די קינסטלער האבן זײ אין זיך אויפגענומען און פאר־ ארבעט׳ מ׳קאן זאגן אקעגן זײער אײגענעם װילן• די פאראלע: ״נידער מיט זײ מוזעען!״ האט געקאנט פיל גיכער האבן ערפאלג דוקא אין א לאנד װי רוסלאנד׳ װאו א גאנצער דור פון קינסטלער האט זיך געריסן צו דער װעלט׳ קומענדיג פון דער פראװינץ׳ פונ׳ם קלײנעם שטעטל׳ און די גרויס־שטעטישע מוזעען מיט זײער אונגעװאוינטן לוקסוס און אפגעהיטע אוצרות האבן אויף זײ געמוזט װירקן דירעקט פײנדליף אין איטאליע אבער איז אין קינסטלערישן זינען ניט פארהאן קײן פראװינץ׳ דען פיזא און סיענא זײנען פונקט אזוי צענטרען װי רוים׳ איבריגנס איז גליצענשטײן אויפגעװאקסן גראד אין רוים און די גרויסע קינסטלערישע טראדיציעס ליגן בא אים נאטירליך אין בלוט. אויב מיר מוזן אלזא בא גליצענשטײן׳ען האלטן דאס אויג אויף מוזעאום־קװאליטעטן׳ מערקן מיר זיך: דא האנדלט עס זיך גיט װעגן אײנעם׳ װאס נאך פארצװײפלטע קאמפן און ניט געגליקטע נסױנות׳ קעהרט ער זיך אום צו דער טראדיציע׳ דען אזא בעל־תשובה װעט ניט צופרידן זײן מיט געזונדע׳ הײמישע שפײון׳ עם װעט אים דאך ציהן צו מעהר געפעפערטע מאכלים׳ און אויב אפילו ער װעט שוין קומען צום קלאסיציזם׳ װעט ער זיך אויסזוכן אלס פארבילד א ענגר׳ למשל׳ אײנעם פון די שפעטע נאכשפירער׳ פון די איבערצײטיגע• דאס איז געװען דער װעג פון ניט װעניג פון די מאדערנע פראנצויזן. גליצענשטײן דארף אויף אים ניט געהן. דא באאבאכטן מיר צום אלער װעניגסטן א געצװאונגענעס תשובה־טון• א קינסטלער איז פון דער פריעסטער ױגנט געגאנגען א גלײכן װעג׳ כסדר פארטשרײטענד׳ און בעת ער רעדט װעגן קונסט און װעגן נאטור׳ פיהלט ער לחלוטין ניט עפיס א טראגישע פראבלעמאטיק. מיר מוזן נאך אמאל בלעטערן אין די טאגעביכער־רשימות פון לעאגארדא־ דא־װינטשי׳ כדי װידער צו געװינען אט די דאזיגע אומ־ שולדיקײט און זיך אויםלערנען זי צו פארשטעהן. שטעלט זיך פאר צום בײשפיל א זאץ פון גליצענשטײן׳ען װי אט דער׳ װעלכן מיר נעמען ארויס פון זײנעם א בריעף: 3113*1 *611*111*)0*1ק 86!טן) 1168ן>1*18*־31 10118*£1*68*1113111 168 110013106 6ימ!611סי1 8מ13> *6 111-6*113 13 (אלע קונסט־ ערשײנונגען װעלכע קומען אויף אין דער נאטור און אינ׳ם מענשליכן װערק...) קלינגט עס ניט רײן׳ פשוט און עכט - הײנטיגע צײטן זײנען אײגנטליך פארהאנען נאר װעניג א זעלכע קינכטלערישע פערזענליכקײטן׳ צו װעלכע מ׳קאן גאנץ תמימות׳דיג צוגעהן און דערװארטן פון זײ א שטענדיגן תענוג. דאס רוב קינסטלער־נעמען ערשײנען פאר אונז הײנט אין א בלענד־װערק פון רעקלאמע׳ פארטײאישע לאזונגען׳ פראגראמעס׳ און ס׳זײנען פארהאן מענשן׳ װעלכע זײנען איבערצײגט׳ אז אט דער גאנצער גרויס־שטעטישער טשאד און טאראראם זײנען נויטיג פאר׳ן עסטעטישן׳ אז ס׳איז נויטיג אונטער־צו־קיצעלן אונזערע חושים׳ כדי זײ זאלן קאנען רעא־ גירן אויפ׳ן קונסט־װערק. דעריבער טאקע לאזן זיך די קינסטלער גופא אזוי לײכט פארפיהרן צו באנוצן זיך מיט פארבליפנדיגע טרױקס אין זײערע װערק׳ דורך װעלכע מ׳דארף עס׳ הײסט עס׳ אויפװעקן די אויפמערקזאמקײט פונ׳ם פאר־ שלאפענעם אנקוקער און אים מיט געװאלד צוקאװן צום קונסט־װערק. װײט פון אט דעם גאנצן טומעל שטעהט דער ױנגער מאלער עמנואל גליצענשטײן׳ און מ׳מוז זיך קודם איבער־ טראגן אין א גאנץ אנדערער לופט׳ מ׳מוז א סך זאכן פארגעסן און װידער אנדערע׳ דערװײל פארלוירן־געגאנגענע׳ געדאנקן און געפיהלן נאכאמאל ארויסנעמען פונ׳ם זכרון׳ כדי אפצוגעבן א װירקליך גערעכטן אורטײל איבער גליצענשטײן׳ס װערק• מען דיסקוטירט הײנט אפטליך׳ בשעת אײניגע פיהרנדע קינסטלער פון די עקסטע ריכטונגען׳ װי למשל׳ פיקאסא׳ דערמאנען זיך װידער אמאל אין עבר׳ װעגן מוזעאום־ קװאליטעטן און מוזעאום־װירקונגען אין דער מאלערײ• דערבײ דענקט מען הויפטזעכליך װעגן דער פארב און ליניע. דער מאדערנער קאנסטרוקטױויסטישער סטיל האט נעמליך שטארק פארנאכלעסיגט די פארב לטובה פון די אויסשליסליך קאמפא־ זיציאנעלע פראבלעמען׳ סײ אין איר װערט אלס שטארקער אײנדרוק־דערװעקער׳ םײ אין אירע פײנערע װערטן׳ װעלכע װערן דערלאנגט דורך דער הדרגה פונ׳ם טאן׳ דורכ׳ן פינקט־ ליכן אפװעגן פוץ די פארשײדענע פארבן אײנע אקעגן דער אנדערער• דער טאלענט פון דעקאראטאר און קאלאריסטן־ פעהיקײט האבן געמוזט אפטרעטן דעם פלאץ פאר׳ן קאנ־ סטרוקטאר• מ׳האט שוין מעהר קײן פארשטענדניס ניט פאר די פארבן־קװאליטעטן פון א װעלאסקעס׳ אין װעמעס האר־ מאניען פון גרוי און בלאס־ראזע מ׳פלעגט זיך אמאל שמעלצן׳ ס׳האט אויסגעװיזן׳ אז מ׳האט שוין פארגעסן׳ װאס פאר אונז איז אמאל געװען א קאלאריסט׳ װי טיעפאלא׳ למשל• אפילו די גאנץ שטילע װירקונגען פון א געצערטלטן ליניען־שפיל זײנען פארלוירן געגאנגען אינ׳ם קאנסטרוקטױויזם׳ װעלכער איז בארעכנט געװען אויף פארװענדונג פון גרויסע מאסן און שטארע געאמעטרישע פארמען. מ׳האט געמוזט געהן אין א מוזעאום׳ כדי אט אין דעם אלעמען זיך װידער צו דער־ מאנען׳ און מ׳הויבט הײנט אן װידער אין מוזעאום צו געהן. 4