Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 38

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 38 (sequence 44)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--282-9581567
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

די דאזיגע פארשטעלונג האט אין מאסקװע קײן ערפאלג ניט געהאט/ אפילו אין די ״הויכע ספערן״ האט מען זיך צו איהר פארהאלטן נעגאטױה און מײערכאלד/ מאכנדיג נאך אײן פרוב מיט אן אגיטאטארישער פארשטעלונג (מאיאקאװיסקיס מיסטעריע־בוף)/ װעלכע האט איבריגענס געהאט א ביסל מעהר ערפאלג/ האט ער אפגעקעהרט פונ׳ם רעװאלוציאנער־פאליטישן װעג און ארויף צוריק אויפץ װעג פון טעאטראלן רעװאלו־ ציאניזם- װאס איז איהם סוף כל סוף נעהנטער. זעהר אינטע־ רעסאנט איז געװען זײן פארשטעלונג פונ׳ם ״גרויסמיטיגן הערנער־טרעגער״ פון קראמעלינק. דא פרעדיגט ער װידער דעם אינדוסטרי־כאראקטער פון דער קונסט• די אקטיארן זײנען פונקט אזוי ארבעטער װי די פאבריקס־ארבעטעה ער באקלײדעט זײ אפילו ניט אין געװײנליכע אדער אויסגעמאלטע קונסט־מלבושים. נאר אין אזוי גערופענע ״פראזא־קלײדונג״ - אײנפאך אין בלויע ארבעטער־בלאזן. דער גרים פעהלט אינגאנצן. די אקטיארך װאס שפילן אלטע ראלך איז אויב זײ זײנען אלײן עלטערע מענשן איז אודאי גוטז אויב אבער ניט - איז אויך קײן בײז• ױנגע לײט דארפן אויך קאנען קאפירן די עלטער מיט דער שטימע״ מיט׳ן טעמפ פון רײדן און מיט די באװעגונגען. די דעקאראציעס - דער לעצטער אויסגעשרײ פון דער טעאטראלער מאדע - זײנען קאנ־ סטרוקטױו און דורכגעפיהרט העכסט ראדיקאל. אזוי װי אלץ. װאס װערט געמאכט פון מײערכאלד׳ן. אויף דעם נאקטן סצענישן שטח״ אהן הינטענס/ אהן קוליסך פארהאנגען און *אונטערקוקער׳/ •בלויז צװישן די הוילע װענט איז אװעק־ געשטעלט א צװײ שטאקיגער בנין מיט א מאסע פריזבעס און פריזבעליך׳ מיט לעכער און טירליך און דא קומט פאר די האנדלונג. דאס אלעס איז געװען זעהר אינטערעסאנט. אזוי פיל װיפיל ם׳איז באװיזן געװארן בחוש די ניט־נויטיקײט פון א סך טעאטראלע דרכים און הילפס־מיטלען״ װעלכע זײנען בארעכנט אויף צו שאפן א אילוזיע. אבער אין אט דעם ספעקטאקל איז ערשט רעכט אפגעװארפן געװארן דער צוגאנג צו דער קונסט װי צו א אינדוסטרי. דען אויב דער ספעק־ טאקל האט געהאט א װירקונג אויפ׳ן פובליקום• איז עס געװען נאר א דאנק די אויסגעצײכנטע טאלאנטן פון אײניגע אקטיארך װעלכע האבן געשפילט די הויפט־ראלן און געפאקט דעם צו־ שױער גראד מיט זײער אינטענסױוער אינעװײניגסטער די־ נאמיק. ניט אומזיסט שפילט איצט דער אויספירער פון דער ערשטער ראלע אין דעם דאזיגן ספעקטאקל - אין דער ערשטער סטודיע פון דער מאסקװער קונסט־טעאטער. אויף אזא אופן איז דער טעאטער לחלוטין ניט פארלױרך נאר ער לעבט איבער א שװערן קריזיס. אזעלכן װי ס׳לעבט איבער אצינד די מענשהײט אינגאנצן. פארשידן זײנען די װעגן און די ריכטונגען פון די פארשידענע טעאטערך - נאר צו זײנען ניט פארשידן אין אונזער צײט די װעגן און די ריכטונגען פונ׳ם גאנצן לעבן בא די פעלקער און בא די בא־ זונדערע גרופן אינערהאלב פון יעדן פאלק באזונדער. קײן אײניקײט צװישן די מענשן איז קײנמאל ניט געװען און אין דעם- זאגט מעך איז די גאראנטי פון פראגרעס. נאר ס׳זײנען געװען שוין אזעלכע גליקליכע צײטך װען מענשן האבן פארט זיך געקאנט צונויפרעדן און ניט־קוקנדינ אויף זײער פאר־ שײדנהײט. האבן זײ געהאט אלגעמײנע שטרעבונגען״ אלגע־ און אפילו די גן־עדן שטימעך אלם זעלבסט־ציל ניט דער־ לאזבאר. $בער דער רעזשיסער פונ׳ם קאמער־טעאטער/ טאאיראװ. איז א מענש א קלוגער און א לעבעדיגער. אין זײנע ארויס־ טרעטונגען/ מינדליך און שריפטליך. איז ער מודה אין זײן אײנזײטיגער נטיה צו דער פארמע און האט דרויף קײן חרטה ניט. פארקעהרט/ ער גלויבט/ אז דאס איז אין זײן צײט נויטיג געװען/ פון אײן זײט צוליב׳ן קאמף. װײל אין קאמף איז נויטיג ראדיקאליזם. און פון דער אנדערער זײט צוליב דער אקטיארישעד אויסבילדונג• װײל אויב ניט דאס להוטקײט פונ׳ם אקטיאר נאך דער טעכניק׳ װאלט ער קײנמאל אין איהר ניט דערגרײכט צו די גרויסע רעזולטאטן. אנערקענענ־ דיג דאס אלעס׳ ערקלערט ער, אז ער האט גוט אין זינען דעם סינטעז און זאגט צו אין ניט װײטער צוקונפט צו באװײזן א ספעקטאקל׳ װאו עס װעלן זײן גלײכצײטיג אי א גלעגצענדע מײםטערשאפט׳ אי א גרויסע געסטיגע אנשטרענגונג. פאר־ שטעהט זיך׳ אז דאס איז א לעבנס־פראגע פאר׳ן קאמער־ טעאטער. אויב איהם װעט געלונגען צו געבן דעם סינטעז׳ װעט ער זיך גערעכטפארטיגן׳ אויב אבער זײנע אקטיארן װעלן ניט פארטיג װערן מיט אט דער אויפגאבע׳ װעלכע פאדערט גײםטיגע אנשטרענגונג און א אנטשפרעכנדן טעמ־ פעראמענט׳ מיט אײנעם װארט׳ דאס װאס רופט זיך דער ״געטליכער פונק״׳ - װעלן זײ מוזן אראפ פונ׳ם מארק און װעלן האבן פאראורטײלט צום פארגעסן װערן אי זיך אי זײער טעאטער. װארים די אקטיארן פונ׳ם קונסט־טעאטער׳ בא זײער גאנצער אײנזײטיגער פארכאפטקײט פון די איבער־ לעבונגען האבן פארט אנטפלעקט דעם ״געטליכן פונק״/ און די אקטיארן פונ׳ם קאמער־טעאטער אויב זײ װעלן א חוץ דער טעכניק גאר ניט האבן צו באװײזן׳ װעלן זײ זיך ארויסשטעלן אלם אײנפאכע בעלי־מלאכות מיט א גוטער שולע. צו אט דעם בעל־מלאכה׳שאפט רופט איבריגענס דער דריטער לאגער פונ׳ם מאסקװער טעאטער־פראנט׳ אן װעמעס שפיץ עס שטעהט מײערכאלד. קײן שום מעטאפיזיקע׳ קײן שום ״געטליכן פונק״ באדארף מען ניט׳ - שרײען די מאטע־ ריאליסטן אין דער קונסט. די קונסט דארף זײן נאר א מלאכה׳ אײנע פון די צװײגן פון דער אינדוסטרי. און זײ טון דאס אײגענע װאס דער קאמער־טעאטער. דורך גימנאסטיקע און אקראבאטיקע אנטװיקלען זײ די קערפערס און שטעלן אן די שטימען. נאר אויב טאאיראװ זאגט כאטש צו אױף שפעטער צו שטעלן אט די גאנצע טעכניק אין דינסט פון א װיכטיגן׳ גײסטיגן אינהאלט׳ שטרעבן די חםידים פון דער אינדוסטרי־ קונסט אפען צו פארבײטן די קונסט מיט קונסט־מלאכה. די קונסט דארף דינען פאר א צירונג צום אלגעמײנעם ארבעטס־ לעבן. אזוי לאנג אבער װי דאס דאזיגע אלגעמײנע ארבעטס־ לעבן איז נאך ניטא׳ באנוצט זיך מײערכאלד און זײנע מיט־ ארבעטער דערװײל מיט דער קונסט צו העלפן דעם דאזיגן לעבן געבוירן צו װערן און זײ שטעלן אגיטאטארישע׳ טענ־ דענציעזע ספעקטאקעלן. אײנער פון זײ איז געװעןװערכארן׳ס ״מארגן־שימער״. די פיעסע איז געװען אזוי צוגעשניטן׳ אז מ׳האט געקאנט יעדן טאג ארײנלעגן אין מויל פון געװיםע פערזאנען די פראזן פון די צײטונגם־ארטיקלען און פון די טעלעגראמעם׳ א מין קאמוניסטישע ©*•ו* ״1*1> 16€113תס0• 38

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.