Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 37

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 37 (sequence 43)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--281-9581566
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ערשטער און דריטער םטודיע און דאס העכסטע האט ער דערגרײכט אין אט דער ריכטונג בא דער העברעאישער סטודיע ״הבימה׳/ װאו ער האט אנגעטראפן טאלאנטפולע׳ הײנט־צײטיש טאלאנטפולע׳ און זײער זאך הײם־איבער־ געגעבענע ױנגע אקטיארן. דער װעג פונ׳ם מאסקװער קאמער־טעאטער איז אן אנ־ דערער. שטרעבנדיג׳ פונקט אזוי װי אלע בעסערע טעאטערץ׳ און װי אלע צװײגן פון קונסט׳ צום סינטעז׳ האט ער זיך גע־ לאזט אויף דעם װעג צו דער דאזיגן סינטעז׳ ניט װי דער קונסט־טעאטער אנהויבנדיג פון דער איבערלעבונג׳ - נאר אנהויבנדיג פון דער טעכניק. דאס איז אין זײן צײט נויטיג געװען און אין דעם באשטעהט די היסטארישע גערעכט־ פערטיגונג פונ׳ם קאמער־טעאטער. דער קונסט־טעאטער איז אויפ׳ן װעג צום סינטעז פארכאפט געװארן פון דעם פסיכא־ לאגישן אנאליז אין דער פיעסע און איהרע איבערלעבונגען און ער האט דעם סינטעז שוין פארגעסן. דער קאמער־ טעאטער איז געבוירן געװארן פונ׳ם פראטעסט א קעגן אט דער אײנזײטיקײט און ער איז אװעק זוכן דעם סינטעז׳ אנהויבנדיג פון דעם אקטיארס טעכניק. גלויבנדיג אויף אזא אופן ״ארוים־ רופן די ליבע דורך דער אומארמונג״. זײנע אקטיארן׳ צום מײםטן ױגנד׳ האבן זיך געלאזט דרעסירן דורך די לעהרער פון פלאסטיק׳ גימנאסטיק׳ פעכטערײ׳ אקראבאטיקע׳ זינגען און שטים־אנשטעלונג* דער רעזשיסער פונ׳ם קאמער־טעאטער׳ טאאיראװ׳ האט גענומען צוציהן צו זײנע רעזשיסורן די אינ־ טערעסאנטעסטע קינסטלער׳ הויפטזעכליך די אזוי גערופענע לינקע׳ אלעקסאנדער עקסטער׳ יאקולאװ׳ װעסנין... ניט מעהר׳ זײענדיג אויף אזא ׳אופן ארײנגעטון אין דער אויסער־ ליכער ארומשטעלונג פונ׳ם ספעקטאקל׳ האט ער שטענדיג געזינדיגט א קעגן דער אנטפלעקונג פון זײן אינעװײניגסטן גײסטיגן אמת און האט איבערגע׳חזרט דעם זעלבן טעות פונ׳ם קונסט־טעאטער׳ נאר פונ׳ם אנדערן עק: ער האט זיך אײנ־ זײטיג ארײנגעצויגן אין די פארמעלע זוכענישן. און בשעת דער קונסט־טעאטער׳ װעלכער האט זיך אינגאנצן אפגעגעבן צום דינסט פון די גײסטיגע װערטן אין דער פיעסע׳ שפילנדיג טשעכאװן׳ װעלכער איז אין זײן צײט געװען אינטערעסאנט און ניט געפאדערט קײן צו־גרויסע אקטיארישע מײסטער־ שאפט׳ האט פארט באװיזן צו דערגרײכן אײנעם פון די װיכטיגסטע רעזולטאטן פון דערקונסט: באאומרוהיגן׳ ארײנ־ ציהן׳ פארכאפן דעם צושויער׳ האט דאם אינ׳ם קאמער־טעאטער נאך קײנמאל ניט געטראפן• אינ׳ם קאמער־טעאטער האט מען געקאנט אמאל זיך פארגניגן פונ׳ם געשמאק און שײנ־ קײט פון דער אויסערליכער שאלעכץ פונ׳ם ספעקטאקל. מ׳האט געקאנט גאפן אויף דער קערפערליכער געשיקטקײט און בויגיקײט פון די אקטיארן׳ אבער דארט איז תמיד געװען קאלט. דען אפילו פונ׳ם שענסטן געגנשטאנד אדער קונסט־ ארבעט׳ קאן מען שעפן נחת אויף אײן מאל העכסטענס א מינוט צװאנציג. און אויב אלע רײן פארמאלע דערגרײכונגען זײנען בכלל דערלאזבאה אלס זעלבסט־ציל׳ אין דער מאלערײ און אין דער ליטעראטוה װאו מ׳קאן װען מ׳װיל אװעק געהן פונ׳ם בילד אדער פארמאכן דעם בוך׳ זײנען אין טעאטער װאוהין מ׳קומט אויף גאנצע דרײ זײגער שעה אפילו די סאמע שענסטע דעקאראציעס׳ די סאמע פלאסטישע קערפערס זעצן די גרויסע טעאטראל־היסטארישע זאך, װעלכער ס׳האט געדינט דער מאסקװער קונסט־טעאטער• דער מעטאד און די ריכטונג פונ׳ם מאסקװער קונסט־ טעאטער זײנען אלעמען באװאוסט. שטרעבנדיג צום גרויסן סינטעז צװישן פארם און אינהאלט (די דאזיגע טערמינאלאגיע איז שוין פארעלטערט׳ נאר מיר װעלן זיך מיט איר באנוצן צוליב קלארקײט) איז דער קונסט־טעאטער אװעק אויף דעם װעג פונ׳ים אינהאלט צו דער פארם. ער האט אנגעהויבן פון דער אזוי גערופענער ״איבערלעבונג״. אבער צום סינטעז איז ער ניט צוגעקומען און איז אײנזײטיג פארכאפט געװארן פון דער איבערלעבונג. די שוישפילער פונ׳ם קונסט־טעאטער׳ ארבײטנדיג אויף א פיעםע. האבן זיך אינגאנצן פארטיפט אין דער זוכעניש נאך די סאמע פארבארגנסטע נשמה־באװעגונגען פון די פערזאנען און האבן׳ לײדעה גאר פארגעסן׳ אז זײ זײנען אקטיארן און אז אין דער טעאטערקונסט איז דא נאך עפיס װערטזאכן אחוץ די איבערלעבונגען. אויף די אנט־ װיקלונג פון דער אקטיארישער טעכניק האבן זײ װינציג־װאס אכטונג געגעבן און פון דעם האט פארשטײט זיך׳ געליטן אויך דאס איבערגעבן פון די איבערלעבונגען׳ באזונדערם פון די אינטענםױוע איבערלעבונגען. אט פאר װאס דער קונסט־ טעאטעה װעלכער איז געװען אזוי פאלקאם אין טשעכאװס פיעםן׳ װאו די איבערלעבונגען זײנען ניט אינטענסױו און דאס איבערגעבן זײ פארלאנגט ניט קײן צו גרויסע טעכנישע מײסטערשאפט. האט זיך ארויסגעװיזן באנקראט. װען ער האט זיך גענומען פאר שעקספיר אדער פײראן. און אין אונזער צײט פון שטורמישע איבערלעבונגען און לײדנשאפטן׳ װען טשעכאװ ציהט ניט מעהר און נאר די טראגעדיע אדער די הויכע קאמעדיע קאן געפינען א אפקלאנג אין אונזערע׳ דורך דער מלחמה און רעװאלוציעס אויפגעטרײםלטע נשמות׳ איז די אנטװיקלונג פון דער טעאטראלער מײסטערשאפט די נויטיגסטע באדינגונג צו באהערשן שעקספיה שילער און די קומענדיגע נײע דראמאטורגיע׳ װאס איר געזיכט איז אונז נאך ניט קלאה אבער איר ריטם פיהלן מיר שוין. די זקנים פונ׳ם קונסט־טעאטער װײסן דאה נאר זײ טון גאר ניט אין אט דער ריכטונג׳ און ס׳װאלט געװען אומזיסט װען זײ װאלטן זיך גענומען אויף דער עלטער׳ צום סוף פון דעם אפגעגאנגענעם װעג׳ באשטעטיגן מיט אזא ניט־גרינגער און נודנער ארבעט. אבער די בעםערע פון די ױנגע׳ װאם זײנען דערצויגן געװארן אויפ׳ן קונםט־טעאטער און אין זײער אײגענער שאפונג װעלן זײ אויסגעהן פונ׳ם קונסט־טעאטער און אויף אזא אופן פארטזעצן זײן װערק׳ אט זײ זײנען זעהר באשעפטיגט מיט דער אײנארדנונג פון זײער טעכגיק׳ זײ פארפןזלקאמענען זיך אין איהר אינטענסױו און האפן צו דער־ פילן אין דער נאענטסטער צײט דאס גרויסע געבאט פון זײערע לעהרער׳ נעמיראװיטש־ דאנטשענקא און סטאניסלאװסקי: די פארװענדונג פון א גלענצנדער טעאטראלער מײסטערשאפט צום סאמע העכסטן גײסטיגן אינהאלט. צו די בעסטע שאפונגען פון דער װעלט־דראמאטורגיע. אויף אזא אופן פאלט צוזאמען די אנטװיקלונגם־ליניע פונ׳ם קונםט־טעאטער מיט דער אנט־ װיקלונגס־ליניע פון דער דראמאטורגיע. אט אויף דעם דאזיגן װעג פונ׳ם מאסקװער קונסט־טעאטער איז געגאנגען אויך װאכטאנגאװ אין זײן רעזשיסור אין דער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.