Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 36

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 36 (sequence 42)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--280-9581565
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אין קינא> צום טײל שפילן זײ די זאכן פון דער װאלװעלער דראמאטורגיע אין פארשידענע װינקלען פון בערלין• אין מאסקװע. כמעט אין אלע טעאטערן/ ניט אויסגענומען אויך דעם קונםט־טעאטער און דעם קאמער־טעאטעה האט דעם גרעסטן ערפאלג די אפערעטע. אמת. די פאקטן דערצעלן שרעקליכעס. די פאקטן דער־ צעלך נײך זײ שרײעך אז דער טעאטער איז פארפאלן. אבער דאס איז ניט אמת! אויב מ׳זאל זאגך אז דער טעאטער איז פארפאלך דארף מען אויך זאגך מיט דעמזעלבן רעכט. אז די װעלט איז פארפאלך אז די מענשהײט געהט אונטער. אז ס׳קומט אן דער װעלט־אונטערגאנג. אבער פונקט אזוי װי די מענשהײט געהט ניט פארפאלן און לעבט נאר איבער א שװערן איבערגענגליכן קריזיס. אזוי איז אויך ניט פארפאלן דער טעאטעה ניטקוקנדיג אויף דער שרעקליכער לאגע. אין װעלכער ער געפינט זיך. און אלס גאראנטיע פאר זײן װידעראויפ־ לעבונג זײנען די מיט קײנע אומשטאנדן ניט דערשטיקטע זוכענישן און מסירת נפש. װעלכע זײנען פאראן אין טעאטעו/ אפילו אין אונזער צײט. װען אפילו אין אמת׳ן נאר אין װינ־ ציגע װינקלן פון דעם טעאטער־קרײז. דאס פובליקום. אמת רעאגירט זעהר קנאפ אויף אט די מםירת־נפש׳קײט. נאר דרויף איז עס דאך א פובליקום און דערצו א ״מאדערנעס״! אלעמאל װערן מיר געװאר פון א גרופע שוישפילער. װאס פאראײניגן זיך צוליב ערנסטע קינסטלערישע צװעקן און זײ צעפאלן זיך צוליב דעם מאטעריעלן קראך דאם הײנט־ צײטישע פובליקום נײטיגט זיך ניט אין קונסט און צאלט בעסער פאר דער אפערעטע און פארן קאבארע. און יענע װינציגע. װאס די קונסט איז זײ טײעה זײנען ניט בכח אויס־ צוהאלטן א טעאטראלע אונטערנעמונג. דאך געלינגט עס אײניגע טעאטער־גרופן אויך אין אונזער צײט זיך דורכצו־ שלאגן דורך הונגער און קעלט. נויט און קראנקהײט- זיך דער־ האלטנדיג אויף דער קינסטלערישער הויך און פארטזעצנדיג זײער גרויסן און ערנסטן װעג• דאס געשעהט אוין/ װי דאס זאל ניט אויסװײזן משונהדיג. אפילו אין מאסקװע. דער מאסקװער קונסטײטעאטער האט אפגעטון זײן זאך און מיט זײנע אמעריקאנער גאסטראלן זינגט ער זײן שװאנען־ געדיכט. עס װעלן אריבער נאך א יאר צװײ־דרײ און זײנע אקטיארן װעלן, - מחמת רײן פיזישע סבות — אויפהערן שפילן. אבער דער קונסט־טעאטער איז פארט ניט געשטארבך װיפיל ס׳זאלן זיך ניט דרויף פרעהען און דאס װינשן זײנע געגנער. עס שטארבט אפ נאר דער ערשטער דור זײנער. אבער זײן זאך און זײן קינסטלערישער אמת װעט ניט שטארבן. איך האב א קלײנע אמונה אין די פון אים גע־ בוירענע סטודיעס/ אלם זעלבסטשטענדיגע ארגאניזמען* צו דעם פעהלט אין זיי דער גײסטיגער צונױפשלוס. װעלכער איז אין אזעלכע פאלן נײטיג. אבער אײנצעלנע מיטגלידער פון אט די סטודיעס. פארשטײט זיך ניט אלע. נאר די מעהר טא־ לענטירטע. װעלן פריער אדער שפעטעה - נאכדעם װי די מעטראפאליע זײערע װעט אװעקשטארבן מיט איר פיזישן טויט און די סטודיעם װעלן זיך צעפאלן (סמנים פון דעם צעפאלן־זיך מערקן זיך שוין הײנט) - זיך צונויפגיסן אין א נײעם גרױםן טעאטעה װעלכער װעט פאראײניגן דאס בעסטע. װאס איז פאראן אין די סטודיעס און װעט פארט־ פאר׳ן טעאטער׳ װעלכע זײנען באהן־ברעכער׳ װעלכע אכטן זיך אלײן און זײער שאפונג און הויבן זי אויף צו דער מדרגה פון אײנער פון די װיכטיגסטע קולטור־פאקטארן• אבער אהן דעם המון׳ אהן דעם פובליקום׳ איז דאך ניט מעגליך קײן קונסט׳ באזונדערס די טעאטער־קונסט• װער עס פאסט זיך צו דעם המון׳ װער עס פרובט זיך אים צופאסן צו זיך׳ אבער שטענדיג איז דער המון פאראנען און אהן אים קאן דער קינסטלער זיך ניט באגעהן• אין דעם לעבן פון דער קונםט קומען פונדעסטװעגן פאר אזעלכע צײטן׳ און דער קינסטלער קאן לײכט גובר זײן דאס פובליקום♦ פלוצים גיט עס זיך אונטער צו זײנע אויפטוען׳ עם װערט גאר אלײן פאדעריש און באװײזט א אנטװיקלטן געשמאק• דאס הײנגט׳ נאטירליך, אפ פון א גאנצער רײה באדינגונגען און׳ הויפט־ זעכליך׳ פון די סאציאלע באדינגונגען• װען יענער טײל פונ׳ם פובליקום׳ װאס האט א אנטװיקלטן געשמאק און א חוש פאר קונםט האט אױך די מעגליכקײט מאטעריעל אױסצוהאלטן קינסטלערישע אונטערנעהמונגען׳ װערט ער דער טאן־געבער און די קונסט לעבט איבער אײנע פון זײנע גליקליכסטע צײטן• אין אזעלכע צײטן לאזט זיך באהערשן דאס גאנצע פובליקום׳ װאס פילט אן דעם צושויער־זאל (ווער באװאוסט און װער אומבאװאוסט)׳ עס פאלן אום אלע פריעריגע געשמאקן און ליבשאפטן׳ און װעלכער ס׳ניט איז קרײזעל פון קינסטלער׳ פאנאטיקער פונ׳ם טעאטער מיט א פעסטן װילן צום שאפן׳ װאס זײער שטרעבונג פאלט אויס גראד אין אזא צײט׳ האלט אפ גרינג זײן נצחון• אזעלכע גליקליכע קרײזליך זײנען געװען אין דער לעצטער צײט רײנהארד מיט זײנע מיטארבײטער׳ סטאניסלאװסקי און נעמיראװיטש־דאנטשענקא און די אקטיארן װאס האבן באגרינדעט דעם מאסקװער קונסט־טעאטער און אײניגע אנדערע• עס קומען אבער פאר אינ׳ם לעבן פון דער מענשהײט און פון דער קונסט אויך א זעלכע צײטן׳ װען קײנע טאלענטן׳ קײנע ריעזן־אנשטרענגונגען פון די קינסטלער׳ זײנען ניט אימשטאנד צו דערלאנגען צו׳ן א נצחון. דא קומען מיר צו צו אונזער צײט און צו דעם׳ װאס מיר לעבן אצינד איבער. װאס זעהן מיר אצינד אין דער טעאטער װעלט? די פעסי־ מיסטן זאגן׳ אז דער טעאטער איז פארפאלן׳ אז אויפקומען קאן ער שוין ניט׳ אז דער קינא האט פארכאפט דאס פובליקום׳ און די טעאטערן טויגן צו גאר ניט׳ און זײ גײען צו גרונד אויף אײביג. אלעס׳ װאס מ׳זעהט אינ׳ם טאג־טעגליכן לעבן׳ שפײזט װירקליך אט דעם פעסימיזם און צוקלאפט די האפ־ נונג אויף א װידערגעבורט פון דער טעאטער־קונסט. מיר זעהן׳ אז דאס פובליקום פילט אן נאר די טעאטערס פון לײכטן זשאנר׳ אז אפילו די בעסטע און ערנסטעסטע טעאטערן האבן ״געביטן די װיעכעס״ און זײנען אױך געװארן טעאטערע פון לײכטן זשאנר• אין בערלין׳ די אמאליגע ערנסטעסטע טעאטערשטאט אין אײראפא׳ איז רײנהארד געפאלן אין קאמף מיט די ״געשעפטספירערס״ פון דעם אמאל׳ אונטער זײן פירונג׳ אזוי בארימט געװעזענעם ״דײטשן טעאטער״. די שוישפילער פון אט דעם טעאטער׳ די בעסטע שוישפילער פון דײטשלאנד׳ װעגענער׳ מױםי׳ פאלנבערג׳ וױנטערשטײן׳ מאריא פײן׳ עקערסבערג׳ און די איבריגע זײנען צום טײל ארײן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.