Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 34 (sequence 40)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--278-9581563- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דער דיכטער דערפילט א פרילינג־שטראם פון ״רוהען נאך שטרײטך און זיין פרילינג זעהט ער אין דער נאטור׳ם אויפלעבן און ער גיט אונז׳ אגב׳ א קלאסיש בילד פון דעם פרילינג בכלל: איך גײ הײנט ארויס אין א טאג א באנײטן... אויף פרילינג באפרײטן אויף הארץ־װײכן הימל גײט קריהעט• פון אלע פיר זײטן שוין ציהען זיך פלאפלענדיג אומרײנע שטראמען און נישטערך זוכן״ װי הינטעלאך בלינדע דעם פײכט שװארצן בויך פון דער ערד• און ערגעץ פון װײטן אין בלויען פארקלערט װארט אפ שוין א װאלקן א מילדער״ א װײכער... און װען ס׳װעט פון נאכט פרעסטלאך זײן שוין קײן זכר און זײן װעט דער הימל אויך רײנער און העכער״ אין גארטן שוין װײך און צעגראבן די ערד - דאן קומט בלײכער װאלקן אויף גאלדענע פערד. (א• שװארצמאן׳ ״פרילינג״) ער איז נאך ױנג דער דיכטער׳ ס׳טריפט מיט ױנגקײט פון יעדער באװעגונג פון זײן פעדער * און פארגלוסט זיך אים באװײזן אונז זײן ױנגקײט און זאפטיגקײט׳ גיט ער אונז, ממילא שוין אזא מין נאטור בילד: ױגנט׳ ױגנט װי א שפילנדיגע װעל׳ װי א טרער פון פולער פרײד דײן שטעל דײן ױנגע לײד• די פרילינג־צײט בערעזע־זאפט מיט שטיקליך קארע אומרײן־רײן׳ (דאך גלײך פון בוים) אפילו טערפקע אויפן טעם (׳זוי איז דאם שוין) נאר ם׳שטעקט מיט גרינעם קנאספן־קלײ בײ גרעבלע רוישט א פרײד־געשרײ און זון און װעלט און איך אין װעלט... צעקלאפ דעם קאפ מיר אויף א שטײן - איך דארף נישט זײן... (א• שװארצמאן׳ ״ױגנט״) פון אלע זײנע לידער שמעקט טאקע מיט בערעזע־זאפט און מיט קנאספן־קלײ׳ מיט פײכט צעאקערטער ערד׳ מיט פרישן טוי׳ מיט צעבליטן בעזש... און מערקװירדיג. די לידער זײנען געשריבן געװארן פון א דיכטער׳ װאס האט זײן פען אויף שװערד אויסגעטוישט׳ װאס האט זײן הארפע ניט אויף ״די װערבעס״ אויפגעהאנגען׳ נאר ער האט זי מיט זיך אין שלאכט גענומען און געקעמםט מיט די שענדער פון זײנע שװעסטער און ברידער. עס איז בכלל א װאונדער־ערשײנונג אין דעם ײדישן לעבן און דער עיקר אין דער יידישער דיכטונג. ביז איצט זיינען די פאר־ כװאליע געטון װי צעמישט - און לעבן מער ניט גע־ װאלט״ ... ז־ אנטפלעקט האט זיך דער פריצײטיג פארשטארבענער דיכטער שוין דורכאויס א צײטיגער׳ א פולפארביגער׳^און דער עיקר׳ א געבענשטער מיט אמתץ טאלענט׳ מיט טיפער לירישער מוזיקאלישקײט׳ מיט אנ׳אײגנארטיגן טאן און פארנעם . . יעדעס ליד זײנס רירט און װעקט דאפלדיג געפיל פון דורשט צום לעבן און׳ װי די בעסטע רוסישע דיכטער׳ פאר־ מאגט ער אין זיך יענע הארציגע װײכקײט און פארחלום׳קײט׳ דעם געזונטן שטימונגספולן באנג־טאן׳ די קלאסיש־קלארע אויסגעהאלטנקײט פונ׳ם ריטם׳ די נאטירליכע ראמן לויט דעם טעמפ פונ׳ם שיר ... אשר שװארצמאן איז אין דעם פרט דער קלאסישער .דיכטער אין דער ױנגער ײדישער דיכטונג בכלל• איך װײס ניט קײן צװײטן פון דוד אײנהארן ביז דוד האפשטײן׳ װאס זאל זײן אזוי הארמאניש און ריטמיש׳ אזוי אמת־ליריש און אײנדרוקספול. זײנע לידער פון ערשטן ביז לעצטן האבן דאס פאלקאמע רעכט ארײן אין דער כריסטאמאטיע פון דער ײדישער פאעזיע׳ װי מוסטערן פון שפראך־אויסגעהאלטנקײט׳ און בילדליכקײט׳ באשטראלט מיט דעם אפשײן פון טיפן געפיל און שטילקײט פון װארט .. . איר ענדיגט לײענען זײנע שירים און אין אײערע אויערן האט נאך אן אקארד פון פארגאנגענע שײנקײט געהאלטן אין אויסגײן אלץ שטילער און שטילער אזוי װי די שײן פון דער זון׳ װאס פארגײט׳ װאס בלײבט זיך נאך העל אויפ׳ן גראז פון פעלדער׳ װען עס װערט שוין די זון־ראד אלץ שמעלער און שמעלער♦ אשר שװארצמאן גיט איבער זײן נשמה־צאפל דורך נאטור־שטימונגען און נאטור בילדער• די זון און דער רעגן׳ פרילינג און װאלד׳ פריש צעאקערט פעלד׳ א װאלקענדל א גרויער׳ בערעזע זאפט׳ קנאספן־קלײ׳ דאס לויפנדיגע טײכל׳ די נאטור מיט אלע אירע פרײדן און לײדן׳ רײדן צום פאעט און דער דיכטער גיט אונז איבער זײערע סודות און זײערע כונות ... און איבער די נאטור־בילדער שװעבט דער גײסט פונ׳ם פאעט װאס איז גענוג ראפינירט כדי צו באטאנען די האלבע טענער אין בין־השמשות־זעהענישן פון דעם נײעם אויפגעענדן מענשן... דער נײער מענש ״װאס באגעגנט שיפן פון גאלדענע װײטך׳ אשר שװארצמאן׳ גיט אונז אזא מין בילד: נאטור און מענשן צוזאמען געפלאכטן׳ סײ אין אינערליכן ריטם׳ סײ אינ׳ם אויפנעמען די לעבנס־סימװאלן: װי שבת מלאכים אויף זײד־בלויע הימלען׳ אזוי קומט די כלה אין מײן הארצן... און װי אין א אירען דאס שטילע באװעגן׳ װי זוניגער נעפל אין טאל נאך א רעגן׳ - הויבט אויף זיך א גאלדענע שפיל אין מײן הארצן... װען זון האט איר רײכקײט אויף ימים צעשפליטערט׳ באגעגן איך שיפן׳ װאס קומען פון װײטן׳ מיט מוסקל׳ װי זיגל אין שײנלאכן ציטער׳ מיט הארצן׳ װאס װײסט שוין פון רוהען נאך שטרײטן׳ באגעגן איך שיפן פון גאלדענע װײטן• (א. שװארצמאן׳ פון גזןלדענע װײטן) 34