Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 33

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 33 (sequence 39)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--277-9581562
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פארשניטענע ברידערו װער האט אײך פאראורטײלט ן. . . אין װעמעס א גארגל אײנזויגן זיך מיט פארגיפטיגטע צײן פאר שלאכט־פעלדער װיםטע פאר אײערע לײדן ן... (קושניראװ. אויף שלאכט־םעלדער) דער ױנגער דיכטער איז אויך א היבשער מײסטער פון ריטם און פארם. ער גיט אונז אזא םארקאםטיש און בא־ הארצט ליד: מײן הונט איז פארװאונדעט . . . געמײנט- אז איך װארף א שטיק ברויט . . . און איך האב צום פײנט א גראנאטע געװארפן. געלאפן דאס רײסך מיט אימפעט געלאפן ביז רויכיגן אויפרײם און אומגעקערט האט זיך צוריק. א באפלעקטער מיט בליענדע צײכנם פון װײטאג ... און לײגט אנידער צו פים צו מײנע דארשטיגן צונג און שטילע און שטומע צװײ הינטישע אויגן - אויגן באפײכטע מיט פראגע. מיט טענה .. . .. . איז װאס זאל איך טאן מיט מײן הונט װאס פארשטײט ניט װאס קאן ניט באגרײפן װאס איז אזוינס אומזין״ װאס װײסט ניט ־ד אויף װאס און אויף װעמען זיך קלאגן . .. א נארעלע. נאר. כ׳האב דיך דען געמײנט? (קושניראװ• ״מײן הונט״) דער דיכטער געפינט זיך אויך אונטער דעם אײנדרוק פון דער רוסישער פאעזיע. אבער עס איז א געזונטע השפעד,. װאס פרישט אפ װי מיט טוי דאס אײגענע און זעלבשטענדיגע שאפן. קושניראװ איז אויך א שען בלימל אין דעם בוקעט פון דער ײדיש־אוקרײנישער גרופע. ער פרעגט: ״װער בין איף װ$ס בין איךאון װעמענס׳/ און ער ענטפערט: ״כ׳בין פארגראבן מיט מיה און עלטער אין מארגן מיט שטרעבן פארװארצלט. נאר הײנטיגער טאג געװעלטיגט אויף מיר דעם גרויסן און שטאלצן.״ זאל אויף איהם דער הײנטיגער טאג געװעלטיגן, זאל ער אבער אין איהם מיט זײן שװערער לאםט ניט דערשטיקן די ליריש־באלאדישע קערנדלין/ װאס זײנען פארזײט שוין אין זײן קלײן ביכל ״װענט״. שוין די קערנדלאך פון װעלכע עס װעלן זיך צעװאקסן זײנע פאעטישע דיכטונגען. ער איה אזוי צו זאגך סאציאל־לױײש, זיינע לירישע שטימונגען שעפט ער פון שטאדט, װאס ראנגלט זיך מיט איהר אונטערגאנג. דערהויפט פון זײן גרויס יסורים־ פולען פאטערלאנד. ער איז מונטער. דער דיכטער, און גלויבט אין די פאטענציעלע כחות װאם שטײען אוין/ װאס װילן און װעלן זיך באװײזן. דער ױנגער פאעט, װי דאס רוב דיכטער פון דער ײדיש־ אוקרײנעשער גרופע, איז געקומעך װי עס דערצײלט אונז זײן פרײנט דוד האפשטײך פון א באזונדער שול פון עכטער ניכטערקײט ... סיביה רוסישע קאזארמעס. דערנאך פראנטך פון אט דעם שװערן ניכטערן לעבן האט דער דיכטער געבראכט זײן האס צו דער אלטער װעלט. און ער װענדט זיך צו דער שטאדט: ״,שטאדט, ״ 7 אלטע שטאדט! פאר יארן פײן פון טויזענטע פארשקלאפטע פאר קללות ביטערע. װאס שװעבן אום אויף דײנע טויערך הײנט. אין בײזן טאג אין דײנעם, װער װעט דיר בלײבן טריי/ װער װעט דײן צער באדויערן אלטע שטאדטו װי שטאלץ און פעסט געװען דײן הערשאפט אויף געגענטן און װײטך און װאו איז איצט דײן מאכט און קראפט? פון הימל׳ װאוהין דו האסט געטײטלט מיט שטאלצע שפיצן פון דײנע טעמפלעך האבן זיך אראפגעלאזט אויף דיר שװערע נעפלען בלײערנע און אבגעטאן האט זיך פון דיר דער שײן און אויסגעלאשן זײנען דײנע פײערן ... (קושניראװ׳ ״שטאט״) ער באדויערט ניט דעם צער פון דער אלטער שטאדט, װאס גײט אונטער׳ פארקערט ער נעמט פון איר נקמה. ״און אט דער דאזיגער נקמה געפיל איז דער לײט־מאטױו פון זײנע שטאדט און אין־שלאכט לידער. אײנע פון די לעצטע פארענדיגט ער מיט אזעלכע סטראפן: אשר שװארצמאן אשר שװארצמאן ... דער נאמען האט זיך באװיזן אי־ דער ױנגער ײדישער אוקרײנישער דיכטונג װי א רעגנבױגן׳ װען... ״װען א שטראל פון דער זון האט א כװאליע געקושט מיט ליפן פון רײנעם גין־גאלד ... א שפרונג האט די ״כ׳װײס עס איז א לעבנס־װעלע פריה געקומען׳ גיך פארשװאומעך און דו שטײסט נאך פארבײנקטער און דערמאנסט א ליבן נאמען.״ (א• שװארצמאן)

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.