Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 32 (sequence 38)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--276-9581561- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ער נאך מער רעטעניש פון דוד האפשטײן/ װעלכער איז דאך פםיכאלאגיש״ װײניגסטענס״ צוזאמענגעװאקסן מיט דעם שטורם פון זיין צייט• קװיטקא איז א בלום א שיינע א ריײ צענדע• אבער פון איר טראגט זיך אויך דער הארבסטיגער אראמאט פון דער פארגײענדער װעלט... װעסטו טרעפן מײן טיר דאן א גרינגע צוריק אויך מײן שטימע די ױנגע מײן הפקרדיג פרײליכן בליק... לײב קװיטקא. אלזא. איז דער רײנסטער ליריקער אין דער ײדישער אוקראינישער דיכטער־גרופע׳ אין דעם פרט איז מארקיש נײע לידער זײנע טראגן אויף זיך די אלע סמנים פון זײנע ערשטע לידער. זײ זײנען אויך ניט גאר קינסטלעריש״ ניט גוט איינגעפאסט אין די רײמען פון א ריטמיש־מוזיקאלישן פערז- װי מיר זעהן עס בײ קװיטקען אדער האפשטײנען און בײ שװארצמאנען. זײ זײנען אויך ערטערװײז פאמפלעטיש און פראקלאמאציאניש. דערפאר זײנען זײ אבער תמיד שטארק און געװאגט. עס פילט זיך אין זײ א קראפט. זײ װירקן אויף אונזער אויער װי א האקער. מארקיש שטײט שוין אין דעם פרט נעהנטער ניט צו א דוד אײנהארנעך אדער צו א יהואשן נאר צו מארים ראזענפעלדן. עס איז א נײע אריגינעלע ארבעטער־דיכטונג. זי איז ניט אזוי טענדענציעז־באגרעניצט װי בײ װינטשעװסקען און בײ באלאשאװערן. זי איז אבער. לויט איר אינערליכן דיטם. א נאהנטע קרובה מיט דער פאעזיע פון ״א בעזים און א קעהר״. מארקיש פארמעסט זיך אויך אין זײנע לעצטע לידער מיט ״א בעזים׳/ ער װיל אויך אויסקערן דעם שימל פון דער קאפיטאליסטיש־פארשימלטער װעלט• ער װיל זײן ליד פארװאנדלען אין א שװערד. די דאזיגע קאמף־פאעזיע. װאס איז אויך אפטמאל א מין ״גע־ לעגנהײט־פאעזיע,/ איז געגליכן צו דער... ״חרב המתהפכת״׳ זי װארפט זיך מיט איר אימפעט אין אלע זײטן און ם׳שטײט איר פאר די געפאר פון פארטעמפט װערן. עס איז פיל לײכטער צו באזינגען די בלויע נאכט מיט אירע טונקלע שאטנס. אײדער א שלאכט. למשל. בײ גאכט אויפץ רויט באפארבטן פעלד. מארקיש פרואװט װערן דער דיכטער פון די ״שטארקע געפיהלעך/ .ער פרואװט זיך ניט אבפלאנטערן דעם ״קנוילן געפיהל׳/ ער װיל נאר איבערגעבן די פלאםטיק פון דעם פאר׳עקשנ׳טן ראנגלעניש צװישן די צװײ װעלטך דער אלטער און נײ־קומענדער מיט אירע געבורטם־װײען. הלואי זאל אונזער ױנגער דיכטער מצליח זײן אויף דעם שװערן װעג פאר׳ן פאעט• זאל ער ניט געשטרויכעלט װערן פון די שװעךע שטײנער. װאס ליגן אויפ׳ן װעג פון אט דער שטרײט־פאעזיע׳ הלואי! דער פאעט איז נאך ױנג׳ אפשר װעט איהם געלונגען צו האלטן דאס צװײ זײטיג שװערד פון אירע ב י י ד ע זײטך אפשר . . . פ רץ דער שטורעמדיגסטעה דער װאולקאנישסטער צװישן דער ײדיש־אוקראינישער דיכטער־־גרופע איז - פרץ מארקיש• ער איז מער פרימיטױו פון זײ׳ ער פארמאגט ניט די אויסגעאײדעלטע און זײדענע׳ פארחלומטע פערזען פון א קװיטקא׳ אדער א דוד האפשטײך ער איז אבער אנ׳אויסדרוק פון דער צײט מיט איר גלאקן־קלאנג און מיט אירע שטארקע און רײנגלענציגע מוסקולן. ער איז א געזונטער נאטור־ מענש׳ װאס האט גאר א נאהנטע באציהונג צו דער ״הײלער ערד׳/ צו איר ״װײכן און װארמען לײב׳/ װאס איז אגגע־ טרונקן מיט פרישן רעגן און אויך מיט א היבש ביסל מענשליך בלוט. עם שאקירט אים ניט אט דער ״נאקעטער מענש אויף דער הײלער ערד״׳ ער איז גאר פארבליבן אין דער געזונטער פרימיטױוקײט פון א בארװעס שיקסל׳ מיט א צײטיק לײב׳ װאס שמעקט מיט פרישע עפל פון בוים און מיט קאלטן טײך. אין דעם פרט פון רײן־ערדישקײט איז בײ אונז פרץ מארקיש דער אײנציגער דיכטער. ער איז שוין הימל־װײט פון א דוד אײנהארנ׳ען׳ למשל׳ װאס איז אזוי פארליבט אין דער ײדישער טאכטער מיט איר צניעות און קרענקליכער פארבײנקטקײט. די אלע ײדישליכע מאטױון פון אונזער פאעזיע זײנען פרץ מארקיש׳ן פרעמד׳ ער באװאונדערט מיט זײן גאנצקײט און מוסקולקײט. איר פילט אין זײנע לידער דאס שטארק פליסענדע בלוט פון א נאטור־מענשן׳ װאס דער *שכינתא בגלותא״ אין דעם מאדערנעם ײדישיםטישן לבוש׳ איז ניט פאר זײנע געזונטע פלײצעס. ער װײסט אויך ניט פון דעם זיפץ׳ װאס הילכט אפ אין אונזער מאדערנער דיכטונג׳ ער איז רעשיג לעבנסלוסטיג׳ דורכאוים מיט די פיס אויף דער ערד. אנגעהויבן האט ער מיט זײנע נאטור־שילדערונגען׳ אין שטארקע נאך ניט אויסגעשלײפטע׳ אבער זײער געזונט־ אריגינעלע פערזן. דאס זאנג און פעלד׳ דאם דארף און װאלד זײנען געװען די הויפט סטימולן פון זײן מוזע. די לעצטע צײט װערט ער אלץ מער סאציאל׳ אזוי צו זאגן׳ ער װיל שוין װערן דער ״שטורם גלאק״ פון דעם איצטיגן רוסלאנד• ער איז אויך דא אין די סאציאלע לידער אזוי טעמפערא־ מענטפול און רעשיג װי אין די נאטור־שילדערונגען. אויך די א♦ קושניראװ קושניראװ איז אויך װי מארקיש דורכגעדרונגען מיט דער און אײנגעהאלטענער אינ׳ם ריטם און באשײדענער אין טאן. שטימונג פון איצטיגער הארטנעקיגער און גרויזאם קעמפענ־ ער איז געוויס א יונגער דיכטער מיט טאלענט׳ וואס זוכט דיקער צייט. ער איז אבער ניט אזוי רעשיג ווי מארקיש׳ ניט נאך זיינע וועגן און וועט זיי סוף כל סוף געפונען. אין דעם אזוי שטארק פארמאסטן מיט׳ן פויסט ... ער איז שטילער קלײנעם ביכל ״װענט״ פון דער ״ליריק״־אויסגאבע זעהן מיר 32