Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 31 (sequence 37)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--275-9581560- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
נאר רוהיג פאראומערט פארגײט ער אין זיף אין זײן ברעגלאזער טיפעניש. און לעבט דארט אלײן אין זײן בלויליכן דמױן און לעבט דארט פאר זיך אין זײן בלויליכן דמױן..♦ (ל• קוױטקא/ מײן שפיגל) איך װײס ניט גארנישט• גארנישט. דערצײלט אונז דער דיכטער. איך װײם ניט גארנישט. גארנישט... עפיס שװימט א שיף פון אײן ברעג• שװימט צום צװײטן כװאליעס היפן נאך און לעקן זי״ באגלײטן״ טײכ׳ס א מעשה׳לע א װײס איז שיף״ מסתמא• װאס האט געשיקט דעם קינד״ דעם טײך״ - ים די מאמע קײנער פירט די שיף ניט״ קײנער״ קײנער... כאטש עס זיצט דארט אײנע״ דאכט״ צי אײנער. (ל• קװיטקא״ איך װײם גארנישט) און אט דעם אײנעם אדער די אײנע װאס פירט דעם שיף״ ״פארשטײט ניט דעם דיכטערס הארץ אין זינגען״... דער דיכטער איז װײט־װײט פון דעם שטורם פון זײן צײט״ ער בויט זיך זײן טרוים און חלומט זײן װעלט און באװײזט אונז דעם חלום אזוי קינדיש״ דאכט זיך״ און אזוי טיף־ ראפינירט: ״איך שטײ בײ א ברונים אן אלטן מיט מאך א קאץ״ זאגט מען״ װאוינט דא א גאנצע װאך נאר שבת פון קאץ גלײך א מײדעלע װערט װאס כשופט מיט אויגליך״ מיט ליפליך באשװערט״ און זעלטן אין זומער אין בלויאינקע נעכט נויגט צו צום הימל און שפרעכט• דער שפרוך װײסט לבנה״ דאס מײדל״ נישט מער מיך שכורט צו װיסן״ טא קום איך אהער... עס איז דאכט זיך א מאטױו פאר א פאלקסליד״ עס איז דאכט זיך א מעשה׳לע פאר קינדער״ נאר װי שטימונגם־פול און װי פארבײנקט. װי אײנגעהילט איז זאגאר דאס דאזיגע מוזיקאלישע ליד אין דעם אײגנארטיגן קװיטקישן ״אדערליך־קומער״ און ״קנוילן געפילן׳/ װאס דער מאדערנער ײד פון אונזער צײט איז אין זײער נעץ פארפלאנטערט. ער איז״ דער דיכטער״ אינגאנצן פארזונקן אין זיך און מיט זיך: ״כױויל איצטער קײנעם נישט זעהען איך װיל נישט זאלסט קומען״ מײן פרײנט״ כ׳האב געסט איצטער - אומעט און שטילקײט״ מײן הארץ איז פארנומען אויף הײנט• דאס דאזיגע ליד דערמאנט אונז שטארק ביאליקם לירישע ליד אויף דעמזעלבן מאטױו״ דורכגעדרונגען מיט דער זעלבער שטימונג״ דאס באקאנטע ״בױם קיץ ױם סתױ״. עם איז אבער פארט ניט דאס״ דער אקארד איז אבער גאר אנ׳אנדערער: קום מארגן... אפשר נאך שפעטער װען עס װעט זיך פארהוילן אין בלעטער מײן בענקענדעם הארץ שוין צוריק. און שטיל און טיף װי זײן שװײגן פיהלט דער דיכטער אז - מחנות מײדן״ װאלקן מײדן מיך א זײטיגן א קלײנעם״ ניט צו פלויטן״ ניט צו װעגן ניט צו מארקן״ צוגעשלאגן כ׳קאן ניט מיטגײן מיט קײנעם• דער המון - מײן געזונטער םאטער - שטארקע גלידער״ בלינדער װילן שיקט א דולן צו א טאטער און פארשטײט א הינטיש בילן• אבער איך אזא מין אײנער פון מײן גאס ארויסגעשטױסן״ װי א שפאן אװעק פון שפענער און א אײנער אינם דרויסן... דער דיכטער בלײבט ״אן אײנער אינ׳ם דרויסן׳/ ער װערט ניט הינגעריסן פון די ״שטארקע גלידער״ און פונ׳ם ״בלינדן װילן״ פון זײן מעכטיגער צײט און דריבער גײט ער פארבײ דעם פײערשפעענדען װאולקאן און בלײבט װי פריער״ אײנ־ געהילט אין זײנע העלע און טונקלע שאטענס. אין דעם ״מארק״ װאו מענשליכע לײדנשאפטן קאכן און ברויזן מיט האס״ מיט נקמה״ מיט לוסט און מיט גבורה״ באמערקט ער נאר ״װי אלע פיר עקן פון צעװארפענער װעלט דורך װעגן און געסליך״ מיט מאכיגע טריט״ קומען די נעכט״ װי א טשערעדע גרוי־טונקלע קעץ און טוען א כאפ זיך ארײן אינ׳ם מארק״ און ער זעהט נאר װי א הינטל א קלײנס װערט דער נביא פון מארק און לעקט פון דער ערד ברעקליך פעטליכע זאלץ״ װאס ס׳האט דא א חזיר־שטעל איבערגעלאזט• דער דיכטער פארמאגט זײן אײגנעם גײסטיגן שפיגל: מײן שפיגל א גלאטער״ קאלטער״ דאך עפעס א טיפעס באהאלט ער... װען שטילקײט פארקילט װערט אין װינקעלע פון צימער און ס׳קומט אן דער אװנט מיט בלויאינקע אדערליך־קומער קומט אן א אומעט פון טיף פונ׳ם שפיגל און נעמט זיך פארשפרײטן אויף בילדער פון װענט״ אויף צעװאלגערטע קלײדער. פול־רוה איז דער שפיגלשער אומעט״ רוה פון שטיל - שװײגנדע קנוילן־געפילן װאס רוען אין אפגרונט פון חלומשע הערצער״ - װאס זעלטן בארירט זײ א ריר פונ׳ם זינעך אט די ״אדערליך־קומער״ און ״קנויל־געפילן״ פארכאפן כמעט דורכאויס דעם דיכטערם שטימונג און אפילו װען ס׳כאפט זיך ארײן אין זײן צימער א שטורם - קוקט ער א פלאכער״ מײן שפיגל״ אויף שטורם קוקט אים אין פנים און שפיגלט זײן אימפעט•