Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 30

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 30 (sequence 36)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--274-9581559
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

■.י3^<ו*־,—י״ אים און װאונדערט זיך אלײן װי זי שטײט איצט אונטערן הימל׳ אי ליכטיג׳ אי מונטער• - ״דו האסט מיר דערצײלט׳ װי זײ האבן געפרוירן די פינגער׳ צו װארם צו צארטער געבוירןו דו האסט מיר דערצײלט און דו האסט זיך געװאונדערט׳ װאס דו און דער בוים אט דער שלאנקער׳ איר בײדע׳ אין גרינגעך אין ױנגעך אין גרינעם געקלײדטע׳ איצט שטײט אונטער הימל אי ליכטיג אי מונטער• דו האסט מיר דערצײלט און האסט זיך געװאונדערט*״ ז י י װאונדערן זיך׳ דער פאעט און זײן געליבטע׳ עס איז אבער ניט זײער פארזענליכער־אינטימער װאונדער• עס איז א װאונדער פון דער גאנצער אוקרײנער דיכטער־גרופע בראש פון װעלכע ס׳שטײט דוד האפשטײן• און לאמיר זאגן׳ ס׳איז פאר אונז א פ ר י י ל י כ ע ר װאונדער׳ װיאזוי מיט ״פינגער צעפרוירענע״ אונטער *חורבה׳שע שטויבן״ און *רויכיגע באלקנס״׳ װאו אומענדליכע שטראמען האם און װײ פליסן און פליסן׳ װאקסט אויס א נײער דור דיכטער׳ װאס שפינט װײטער די גאלדענע פאדעם פון אונזער דיכטונג אויף זײער ארט און שטײגער• אגדרײ בעלי׳ס און אלעקסאנדר בלאקס דיכטונג פון פאר דער רעװאלוציע. זײער מוזיקאלישקײט פארװיגט אונז אין טרוים פון ״יענע צײטך׳ װען די האריזאנטן האבן געפונקלט מיט װײט װינקענדע שטערנדלאך׳ װען דע% פלאם און דושנע רויך האט נאך ניט פארכמארעט די אויסגעשטערנטע נאכט פון אונזער םענטימענטאליטעט װי אזוי האט ער עס מציל געװען יענע געמיטליכע ״מנוחה״׳ װאם פאדערט זיך פאר אזא מין ארט דיכטונג• ס׳איז װירק־ ליך א װאונדערן דער דיכטער ערקלערט עס אויף אזא מין אײגנארטיגן אופן: ״מײן װילדע מײן מילדע איך װײס קײן געװײנליכס׳ איך װײם נאר פון ניסים׳ װאם שטראמען אומענדליכע פליסן און פליסך איך װײס איצטער נאר אף װארט זײנעם װארטן און דארט אף פעלדער אין בלוטן׳ אין שלאכטן• מײן האס װערט צעװארפן אף אלע פיר ענדן• מײן װײ װערט פארשאטן דורך פויסטן דורך פרעמדע• און איך װײם איצט אײנס נאר אויף װארט דײנעם װארטן•״ ״דורך פויסטן דורך פרעמדע״ םארשט דער דיכטער זײן װײ׳ זײן האם װערט צעװארפן אף אלע פיר ענדן׳ און ער װארט אף איר װארט׳ און זי׳ אט דער סטימול פון ליבע׳ דערצײלט ל י י ב ק ר ו י ט ק א און דרײ זיך גלאט׳ װײל ס׳דרײט זיך... מיך בארירט עס - דערקען איך זיך׳ מײן שטילקײט (ל• קװיטםןן• א שװײגנם) ער דערקענט זײן שטילקײט און ער װײסט דעם םוד װי אזוי אונז צו בארירן מיט אט דער אומרוהיגער שטילקײט פון א טיף־פיהלענד און צנועה׳דיג ־ צאפלדיג געמיט• דער דיכטער פארמאגט א גרויסן אוצר: ױגנט האב איך די ױגנט איז מײן גרויסער׳ גרויסער אוצר׳ טרוימען דארט אין דימענטן און שטראלן׳ ציהען ציהען זונען־סטרונעס אוים׳ שפילט מיט צארטע פיגגערליך אויף זײ מײן ױגנט פרײד... די פרײד אבער איז א טונקל־שאטנדיגע װײל - נאר׳ װײ1 די שטילנטעג׳ די שטומע תהומ׳ס שלוחים גנבנען זיך שטיל אײנם נאך אײנס צום אוצר׳ ד ע ר רײסט א פערל אוים און דער א דימענט׳ ד ע ר כאפט א זון אװעק און דער א ים׳ל - און דער דיכטער טרעפט אין זײן אוצר: ... װאו ם׳ליגט א ברוסט א דארע׳ איך קוק מיך אײן אין ברוסט - זי איז פארשרפה׳ט אויםגעקושט דאס הארץ אין איר׳ זי איז א פוסטע׳ ליגט אין װינקל׳ װי א שאלאכץ פון א ניסל. העלער שאטן טונקלער שאטן ♦ נעכט פאר שדים••• פארבן•••• און ױנגע פרײד•♦• אזוי באטיטלט לײב קװיטקא׳ דער ײדישער אוקרײנישער דיכטער׳ זײנע גע־ זאנגען• איר לײנט און ס׳זינגט אין אײער נשמה עפעס גאד א נײער׳ א פרישער׳ א שטילער געזאנג♦•• ס׳איז ליריק ראפינירט׳ אײראפײאיזירט און העכםט־ײדישלאך• איר הערט גלײכצײטיג דעם אבקלאנג פון מעטערלינק׳ם׳ עדגארד פאא׳ס און אלעקםאנדער בלאקס שאטנם און םארבן און צו דער זעלבער צײט פילט איר׳ אז איר האט צוטאן מיט אנ׳אריגינעלן טאן׳ אן אײגנארטיגן׳ א שפאגל־נײעם• אײניגע לידער זײנען דורכגעזאפט זאגאר מיט ביאליקס מאטױון׳ עס ליגט אבער אויף זײ דער באזונדערער אײגנטליכער חן פון דעם קװיטקאשן געזאנג• דער דיכטער האט אין זיך אסימילירט׳ און הארמאניש אסימילירט׳ די נײעסטע פרעמדע און ײדישע פאעזיע און האט זי באפרישט מיטן ױנגן טוי פון זײן שאפן• דערין ליגט דער גאנצער גענום׳ װאס מיר שעפן פון קװיטקא׳ס ״טריט״. ער גײט זיך אין זײן אײגן שטעג• אויפן װעג שלינגט ער אין זיך אײן די ריחות און פארבן פון אלע בלומען װ$ס ער טרעפט אין דעם װעלט־גארטן• ער פארדײט עס איבער און קאכט עס איבער אין זײן געזאנג• דער דיכטער טראגט אין זײן הארצן ״א גרויםן טויבן אומרוה״ און א ״שװײגנס״ אין זיין נשמה ״ער טאנצט א שװײגנס מיט דער שטילקײט״.• ״זי טוליעט מיך און װינטעלט צארט אין אויער שכורט מיך מיט אויסזעהן איר גרויער׳ איך װער א תם 30

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.