Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 29 (sequence 35)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--273-9581558- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
און א אנגסט איז מיר ארײן אין הארצן און מעהר האב איך די פלאמען־גײסטער ניט די העזה געהאט ארױסצורופן• איך האב זיך צוריק אײנגעשפאנט אין יאך פונ׳ם לעבן און זיך כמעט װי בארוהיגט• אבער בא טאג און בא נאכט/ זומער און װינטער- בא דער ארבעט און בא דער רוד,. אין חלום און אויף דער װאף - כסדר שװעבט דײן גאלדן געװעב פאר מײנע אויגן/ מײדל מיט די רויטע לאקן• - די לײבליכע צװילינגס־ברידער פון די מעכטיגע רויטע געטער־פלאמען. ג. ת ה ו ם און, מײדלן - פון שרעק בין איךאפגעשפרינגן און װײט- װײט אנטלאפן• ד י ך האב איך דארט׳ן געזעהך הגם א פארענדערטע, צװישן די פרויען געשטאלטן• טונקעלער זײנען דײנע גאלד־האר ניט געװארן, אבער דאס גאנצע געשטאלט איז עפיס אנ׳אנדערס געװען. ניט אזוי װי פריהער... אבער פונקט אזוי װי דעמאלם האבן זיך מאיעסטעטישע פלא״מען ארום דיר געשלענגעלט - און דו האסט זיך גע־ ראנגעלט און געליארמט• תרפ״ב• יידישע ליריק אין אוקריינע דעם ליכטיקן אנדענק מײן געװעזענעם פרײנט׳ חבר און מיטקעמפער א ש ר שווארצמאן• ד וד האפשטײן און אט דער דאזיגער חורבה׳שער שטויב האט גאר א מאדנע װירקונג אויף אונזער דיכטונג. ער פרישט אפ זײער גײסט׳ ער סטימוליזירט זײער געמיט־צושטאנד׳ פונקט װי דער ״רויך פון די באלקנס״ פארטעמפט ניט זײער אויג נאר גראד פאר־ קערט - ער גיט צו זײער קוק א באזונדער שארפקײט און װײט־ זעהיקײט... און װען די ױנגע דיכטער׳ פארכאפט׳ אפשר׳ פון די גװאלדיגע ארעמם פון דער רעװאלוציע׳ װאלטן געזויגן זײער חױת פון דער גרויסער פערמאנענטער ־ אונאויפהערליכער באװעגונג און װאלטן אט די דאזיגע באװעגונג׳ איר טעמפ און ריטם׳ פארקערפערט אין דעם פאעטישן ״השתפכות הנפש״ װאלט נאך געװען די רעטעניש ניט אזוי װאונדערליך - דער פאעט קאן זיך שטײן אויפן םאמע שפיץ פון דער רעװאלוציע פיראמידע׳ װאס האלט זיך אין אײן באװעגן מיט אויסער גע־ װײנליך שװערע געבורטס־װײען׳ און ער׳ דער דיכטער׳ קאן זיך דארט פראװען זײן אינטים ״התבודדות״. עס איז מעגליך• אבער אויסער רעװאלוציאנערע לידער׳ אין דעם זין׳ װאס זײ טראגן אף זיך דעם שטעמפל פון דער שטארקער און פאר־ ביסענער צײט׳ האבן זײ דאך אונז געגעבן׳ אט די אוקרײנער־ דיכטער־גרופע׳ א שײן בינטל רײן לירישער דיכטונג׳ װאם באװאונדערן מיט זײער גלײכגעװיכט און רוהיגער פארחלומטער שטימונג׳ װאם דערמאנט אונז יענע צײט׳ װען ניט נאר די *באלקנס פונ׳ם שטיבל״ נאר די אלטע רעגנבויגן־פארביגע שויבן אירע זײנען נאך געװען אלע גאנץ נעמט׳ למשל׳ די לעצטע אויסגאבן פון זײערע ביכלאך׳ מיר מײנען די קלײנע ביבליאטעק ״ליריק״׳ עפנט אויף האפ־ שטײנם ״זינען שלײפן״ און איר װערט באצויבערט פון די ליבע מאטױון׳ װאס דער דיכטער האט אונז אין דער דאזיגער הארט־ נעקיגער צײט פון בלוט און שװערד אזוי פײנגעביג אונטער־ געטראגן. לויט דער פארם און טאן דערמאנען אונז די לידער יז עס ניט א רעטעניש? - אין דער צײט פון דעם גרויזאמען שטורם׳ װאס האט צעבלוטיקט און א תל געמאכט פון דעם ײדישן שטעטל׳ װען עם איז ניט פארבליבן א ציגל אויף א ציגל גאנץ׳ װען דערהויפט אוקרײנע איז פאר־ װאנדעלט געװארן אין א שלאכט־פעלד׳ װאו די לײדנשאפטן האלטן אין אײן קאכן און ברויזן װי אין דאמף־קעםל - דוקא אין דער זעלבער אוקרײנע איז פאר דער לעצטער צײט אויסגעװאקסן א זעלטן בוקעט פון ױנגער ײדישער דיכטונג פול רײץ און חן און - װאונדער איבער װאונדער - לירישער פארבײנקטשאפט און׳ כ׳װאלט געזאגט׳ א מין פארליבטקײט אין דעם דאזיגן לעבענס־ שטראם׳ א טיפער גלויבן אין דער צוקונפט׳ א שטארק פליסנדיגער קװאל׳ א מין ״מעין המתגבר״׳ װי עס װאלטן געזאגט די בעלי־המליצה פון פארגאנגענעם דור♦ װער װעט זיך נעמען אט די דאזיגע רעטעניש פותר צו זײן? - כמעט די גאנצע ײדישע ליטעראטור אין גאנץ רוסלאנד איז װי פארגלױוערט געװארן אויף א טויטן־פונקט׳ קײן אײן נײ בעלעטריסטיש װערק װאס זאל אין זיך טראגן די סמנים פון דער נײער צײט איז ניט ערשינען און גראד אויף דעם פעלד פון פאעזיע האבן זיך פונאנדערגעװאקסן אזעלכע פײן־אראמאטישע בליטן׳ פארשײדנפארביקע בלומען׳ װאס דערקװיקן אונזער מיד און צײטנװײז יאושדיג געמיט• אײנער נאך דעם אנדערן באװײזן זײ זיך און אנטפלעקן פאר אונז ױנגע און גאר ױנגסטע דיכטער׳ נײע בלומען פון זײער שאפן בעת דארט ארום: דארט טראגן זיך חורבה׳שע שטויבן דארט טראגן זיך רויכיגע באלקנס׳ די באלקנס פון שטיבל פון דײנעם• (דוד האפשטײן ״זינען געװעב״ קיעװ 1921) 29