Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 28 (sequence 34)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--272-9581557- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
באזעצט• און קײנמאל שײדסטו זיך פון מיר ניט׳ און אײביג און אומעדום באגלײטסטו מיך. און עד הױם װײס איך ניט צי אונזער ארט האט טאקע זוכה געװען צו א באזוך פון די מחבלים/ צי ניין. װײל אין מיר האט פלוצלינג א געדאנק א דונער געטון: ״געבענשט זאלן זײן די פלאמען! זײ קענען אויך פאר ״זײ״ צונוץ קומען״ - און איך בין ארויס פונ׳ם באהעלטעניש. איך בין ארויס מיט דײן געשטאלט אין הארץ און מיט פלאמען אין האנט. פלאמען... - װי געשיקט און געטרײ האבן זײ אונז געדינט... א גאנצן טאג װי א היענע זיך אויסבאהאלטן אין א װאלד׳ זיך געשפײזט מיט גראז און קרײטאכצער/ און באנאכט זיך פלינק צוגע׳גנבעט צו אדערפל/ ״זײערס״ א מקום־מושב/ און עם מכבד געװען מיט פלאמען. א בהלד,/ א יאמער. א געװײן פון פרויען און קינדער א װירװאר פון מאנםלײט און בהמות/ א מישמאש פון בא־ שעפענישך װאס װײםן ניט װאס מיט זיך צו טון בעת זײער נעסט גײט אונטער. אפטמאל אויך גסיסה־כארכלן... און איך בעת מעשה פארבארגן ערגיץ ניט װײט צוגעקוקט׳ - אט פונקט אזוי װי איך האב זיך צוגעקוקט צו דיר - דעמאלס... ־ד ניט קײן נקמה האב איך געזוכט/ נקמה סתם. איך האב זי אויך ניט געפונען. ניט אין דער רואינע פון ״זײעריגע״ און ניט אין די לעבעדיג פארברענטע. איך האב בלויז כסדר געהאט פאר מײנע אויגן דײן געשטאלט װי דו ביסט אין א לעבעדיגן פאקל פארװאנדלט און מאטערסט זיך מיט שרעק. און מײנע ליפן פלעגן שעפטשן - פאמליך און געלאסן: פ-ל-א-מ-ע-ן... פ-ל-א-מ-ע-ן... און עס פלעגט זיך מיר דאכטן װי דײנע גין־רויטע לאקן שאקלען זיך אין טאקט און מורמעלן אויך: פלאמען... פלאמען... א לאנגע צײט זיך די פלאמען־ארגיעס אפגעגעבן• א סך מאל אין ״זײערע״ הענט ארײנגעפאלן/ אבער אין דער לעצטער מינוט כסדר געלונגען זיך ארויסצורײסן און פארצוזעצן מײן ״טריזנע״ נאך דיר. די געטרײע פלאמען־טריזנע ... ביז עס איז מיר באשערט געװארן פונ׳ם גורל דיך צום צװײטן מאל צו פארברענען• צום צװײטן מאל/ גלײך ווי אײן מאל װאלט װײניג געװען... גלײך װי איך״װאלט געװאוסט/ אז צום ערשטן מאל כאטש/ איז עם אומבאדינגט נויטיג געװען.• י אין דער טיפעניש פון א װאלד האב איך זיך אײנמאל צום װעכטערס הײזל צוגעגנב׳עט• אין הײזל האב איך בלויז א גרײז־גרויען זקן און אפאר פרויען געזעהן. די מאנסלײט האבך װארשײנליך/ אין אנ׳אנדער שטעטל זיך לוסטיג געמאכט. איך האב געװאגט צום םאמע פענסטער צוגײן און זיך צוקוקן. מיט קלײנע שמאלץ־אײגעליך װעט ער אויסהוילן די מיס־ טעריעס פון דײן קערפער און מיט שמוציגע בלוטנעגל װעט ער אויפדעקן דײנע סודות... און דו - דו װעסט זיך בא אים אפשר נאך בעטן ער זאל דיר שענקן דאס לעבן... מיט די צײן האב איך דעמאלס אנגעהויבן קריצן׳ און אזוי הויך/ אז דו האסט זיך פאר מיר דערשראקן• אינ׳ם פיבער פון דײנע רויטע לאקן האב איך ארויסגעלײנט דײן געדאנק׳ אז איך װיל דיך פארגװאלטיגן... מײן װילד געלעכטער האט דיר באשטעטיגט דעם חשד. דו האסט ארויסגעשריגן מיט ניט קײן מענשליך קול: נײן!... דו ניט!... און אונטער די װערטער איז געװען פארבארגן: ״זײ״ - יא- אבער דו - ניט... נאריש מײדל! אומזיסטהאסטו זיך דערשראקן: ״אונזריגע״ טוען עס ניט♦ קײנמאל ניט• איך האב געלאכט בלויז דער־ פאר- װאס בא מיר איז פארטיג געװארן דער באשלוס: ניט איבערצולאזן דיך פאר זײ - ניט איבערצולאזן... אמת- דו ביסט מיר א װילד פרעמדע- מעהר פון אײן מאל האב איך דיך ניט געזעהן- אבער - איך װעל דיך פון ״זײ״ ארויסרײסן. אנדערש טאר איך ניט און קאן ניט. און אין דעם געבאט האט מײן נשמה אויף א צײט איר תקון געפונען- דעם לאנג געזוכטן תקון. װעגן זיך גופא האב איך פארגעסן... װעגן דיר האב איך געזארגט... װאויל איז אונז- װען מיר קענען װעגן זיך פארגעסן. א װײלע האב איך געזוכט מיט װאס דיך אומצוברענגן. אונטער דער האנט איז ניט געװען גארניט. נאר דאס פײער פון מײן ליכט לײזט דיך אויס פון די מנול׳דיגע הענט פונ׳ם אלטן שיכור... 'זאין אנהוב האט עס בלויז צניעות׳דיג געלעקט דעם זוים פון דײנע קלײדער• ביסלעכװײז איז עס דרײסטער געװארן - און פלאמען- רויטע ברױזנדע פלאמען האבן דיך אנגעהויבן ארומרינגלן. מיט שמחה האבן זײ ארום דיר געטאנצט- מיט פרײד און ליבשאפט האבן זײ זיך געשלענגלט ארום דײנע מאיעםטעטישע גלידער און דיך געשלונגען. דו האסט זיך געראנגלט- געבעטן און געװײנט- אבער זײ האבן אויף דיר מעהר רחמנות געהאט װי דו אלײן און האבן דיך ניט אפגעלאזן. און איך- מײדל- האב זיך צו דעם אלעמען צוגעקוקט און פארגעםן אין אלץ• צװישן די פײער פלאמען האבן בולט ארויסגעשטארט דײנע גאלדן־רויטע האר.... ״ אין א דאפטל־רויטן ארעאל פון דאפלט רויטע פלאמען ביסטו ניצול געװארן• און װײם, מײדל: פון מײנע הענט און קעגן דײן װילן איז דײן רעטונג געקומען... # * # און פון דעמאלס אן האסטו דיר א מקום־מנוחה אין מײן הארץ געפונען- רויט־האריג מײדל- און זיך דארט פעסט 28