Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 27 (sequence 33)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--271-9581556- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פונ׳ם ההו ו^הו פ ל א מ ע ן טאנץ האט זיך אנגעהויבן׳ זײנען מיר בײדע געװען פארבארגן אין אײן פלאץ. אין דרויםן זײנען מאסן־מארדן פארגעקומען״ אין דרויסן האט מען אונזערע ברודער און שװעסטער״ אונזערע זײדעם און מאמעס און אונזערע ברידערליך און שװעסטערליך װי די שעפסן אומגעברענגט און װי קעץ געפײניגט - און מיר בײדע זײנען אין א מיאוסן לאך פארשטעקט געלעגך גע־ פיבערט פאר מיאוסן שרעק און זיך גענארט מיט דער האפ־ נונג״ אז מיר װעלן זיך אױסבאהאלטן... אזוי װי די מײז• מילא״ איך בין טאקע ניט מעהר װי א מויז. א מיאוסע און א שטינקנדיגע. אפשר נאך װייניגעו פון א מויז - אבער דו? דו? דו״ די ליכט־זײענדיגע און לוסט שפריצנדיגע? דו אויך? קײן אײן װארט האב איך מיט דיר ניט אויסגערעדט. אז דו פלעגסט זיך צו מיר אין פחד טוליעך בעת אין דײנע אויגן גלאנצט א דערשלאגן ציטערנדיג פײערל. װי בא א הין אונטערן חלף. פלעג איך זיך מיט כעס אפרוקן פון דיר. מיט כעס, פארדראס און פאראכטונג: םארװאס ביסט דו כאטש קײן מענש ניט פארבליבן? כאטש דו? ▼ און אז זײערע קולות האבן זיך דערנענטערט- און דײן בלאסקײט איז נאך צאפלדיגער געװארן און דײנע אויגן האסטו אין מיר אנגעשטעלט װי צװײ גרויםע שרעק שפריצנ־ דיגע פראגע ־ צײכנס - איז מיר א גרויל אדורך דעם גאנצן לײב: ״זײ װעלן דיך באצװינגען״. א רײנע האסטו זיך צװישן אונז ארומגעדרײט״ א בת־ מלכה• א קדש־הקדשים ביסטו פאר אונז געװען. ניט אײן שטילער טרוימער פלעגט בגנבה חלומן בלויז װעגן דײן בליק. א דרוק פון דײן הענטל איז געװען א קװאל פון יראת־הכבוד און פארגעטערונג.- און דא װעט אנ׳אלטער שיפור״ מיט פוילע צײן און פארבלוטיגטע הענט. זיך צולאזן צו דיר און טרינקן מיט זײנע שטינקנדיגע ליפן פון דײן לײב װי פון א גלעזל בראנפן... טאג אײן טאג אויס שװעבט דײן געשטאלט פאר מײנע אויגך גאלדן מײדל מיט די גליהענד־רויטע האר! כםדר/ בא טאג און בא נאכט. בא דער ארבעט און באם רוה. אויף דער װאך און אין חלום - אהן אויפהער שטײט פאר מיר דײן גין־גאלדן געװעב. פרעמד און אײנגעבאקן מײדל מיט די רויטע האר! און מעג איך זיך מיט װאס ס׳זאל ניט זײן אפגעבן׳ אין ביכער זיך פארטיפן אדער אין אהנמאכט פון געדאנקן זיך מאטערן - דיך זעה איך תמיד גרויזאם״ מײדל מיט די רויטע האר! און יעדער מענש. מיט װעמען כ׳האב צוטוך פארװאנדלט זיך אין דיה רויטע מײדל! אט שטראלסטו פאר מיר אויף פונקט אזוי װי איך האב דיך צום ערשטן מאל געזעהן: אין א װײס־װײס קלײד״ מיט נאך מער װײםע. מאטע הענט און פנים. מיט שװארצע פינקלדיגע אויגך מיט רויטע ליפן און מיט רויטע׳ רויטע האר• א ^ם״ אסך ימים פון רויטע שלענגלדיגע האר, און מיט באװעגונגען - קעניגליך צויבערליכער גראציע• און מיט א שמײכעלע - װאס די זוך בעת זי קוקט אמאל בגנבה ארוים צװישן די װאלקן׳ איז דערויף אביםל - אבער ניט מער װי אביסל - ענליך. און אז איך האב דיך צום ערשטן מאל דערזעהך איך - א צודריקטעה אנ׳אנטרינענער און פונ׳ם צלם־אלהים שוין בארויבטער - האב איך ניט געװאגט אין דײנע ליכטיגע ד׳אמות צו שטײן. און פונ׳ם בליק דײנעם- דעם אײנציגך װאס האט זיך אויף מיר דעמאלט אפגעשטעלט׳ זײנען פאנטאנען ליכט אין מיר געבוירן געװארן * אין מיר׳ דעם פינסטער־חושכ׳דיגן. און א דם־שונא בין איך געװארן צו אלע. װאס האבן די העזה געהאט זיך מיט דיר װי מיט זײער גלײכן צו באגײן... און אט קומסטו מיר פאר װי בעת אונזער צװײטער און לעצטער באגעגעניש: דער שטורמװינט״ װאס האט מיך פון מײן נעםט פאר־ טריבן און מײנע פליגל אפגעהאקט״ האט מיך אויך אין דײן ארט אנגעיאגט ן און געשעהן איז אזוי. אז בעת דער שדים־ 27