Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 26

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 26 (sequence 32)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--270-9581555
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מאטעריעלער און גײסטיגער אנטװיקלונג פון אונזער פאלק. דאן בלײפט איר שטענדיג געפעסלט פון זײן גלענצנדער שפראך׳ װעלכע שפרודלט װי פון אומגעצעהלטע לעבעדיגע קװאלן״ פון זײן ברײטן קוק און רײכן װיסן און באלעזנהײט. בעל־מחשבות איז א צױניסט. א דעמאקראט. א פאלקס־ מאן׳ א פארליבטער אין דער היסטארישער געשטאלט פון כנסת־ישראל און א ענטוזיאסטישער גלויביגער און אנהענגער פון דעם מאדערנעם ײדן׳ װעמעס תוכן און צורה האלט ערשט בײם פארמירן זיך׳ שאפט זיך ערשט אין א יםורים־פולן פראצעס פון היסטארישער איבערארבײטונג. נאר זײן ״פריצישע״ רחבות לאזט אים ניט זיך אנשליסן פעסט אין א פארטײ׳ זיך פארקלאמערן בא אײן דאקטרין׳ און זײן ברײטער הארי־ צאנט היט אים אויס פון ארײנפאלן אין א ענגען זאק־װינקל פון א באגרעניצטער אידעאלאגיע. ער איז קאנסעקװענט אין די יסודות פון זײן דענקן׳ אבער ער האט די אינערליכע פרײהײט אויסצוברײטן זײן געדאנק איבער װײטע האריצאנטן און ניט לאזן זיך אײנמויערן צװישן די װענט פון"א ענגער טעאריע• ער האט מיט רעכט געזאגט צו װײצמאנען אײנמאל אין א ענגערן קרײז פון צױניסטן׳ אז ער (בעל־מחשבות) איז בא הײנטיגן טאג פארבליבן דער אײנציגער׳ װאס טראגט נאך אין זיך די אידעאלן פון דער אמאליגער ״דעמאקראטישער פראקציע״ אין צױניזם. אין זײן פערזאן לעבט נאך יענע פראקציע, ער איז׳ בכן׳ פאר זיך אלײן א פראקציע אין צױניזם. דאס איז אין אידעאלאגישער באציהונג געװיס ריכטיג׳ כאטש קײן צױניסטישע אקטױויטעט פארמאגט ניט בעל־מחשבות און איז אויך ניט בכח זי פאר אנדערע אנצוצײכענען. אבער זײן פרינציפיעלע קריטיזירנדע באהאנדלונג פון צױניסטישע פראבלעמען האט שטענדיג א גרויסן שעפערישן װערט און צװינגט׳ אז מ׳זאל זיך צו זײנע רײד צוהערן. אױף אנ׳אנדער ארט האב איך שוין אנגעװיזן אויף דעם םינטעטישן׳ קאנסטרוקטױון כאראקטער פון בעל־מחשבות׳עם ליטערארישער טעטיקײט׳ באזונדערס אין די שנײדיגסטע הויפט־פראבלעמען פון אונזער צײט: צױניזם און גלות־ פאליטיק׳ העברעאיש און ײדיש׳ און דא בלײבט מיר נאך צו זאגן׳ אז ניט־זײענדיג פארטײאיש פאר קײנעם פון די צדדים׳ ניט־זײענדיג אויך ״אויסער־פארטײאיש״׳ אדער ״איבער־ פארטײאיש״ אין דעם פאלשן זין׳ װי אײנער שטעלט זיך לגמרי אויסער דעם ברענענדיגן לעבנס־קאמף׳ גלײך װי אים געהט גאר ניט אן׳ און ניט־זײענדיג אויך קײנמאל אזוי װײך־ בויגיג׳ כדי נושא־חן צו זײן באאלעמען׳-האט בעל־מחשבות׳ פארקעהרט׳ שטענדיג אונטערגעטראגן יעדער פארטײ זײן אמת׳ איר אפען ארױסגעזאגט׳ װאס ער דענקט איבער איר און אירע געטער׳ אדער אפגעטער׳ און פארט האט ער געהאט תמיד צו זאגן עפעס אזוינס׳ װאס יעדער פארטײ־מאן האט עס געמוזט הערן׳ און זיך װעגן דעם פארטראכטן. בעל־מחשבות איז אײנע פון די פארנעמסטע פיגװץ צװישן דער פלעיאדער ײדישע שריפטשטעלער׳ װאס זײנען אויפגע־ טרעטן מיט׳ן באגין פונ׳ם 20־טןיארהונדערט׳ און זײן ױבילעאום איז אהן שום גוזמות געװען א אמת׳ער ױם־טוב אין אונזער ליטערארישער משפחה׳ און פונקט אזוי אויך באם ברײטן ײדישן לעזע־פובליקום. געװען - און אפשר איז זי נאך הײנט אויך - פארלעגט איבער׳ן קאפ ... בעל מחשבות האט זיך ניט באגניגט מיט דער קריטיק׳ אים איז ענג געװען דער ראמען פון א פרעמדן װערק׳ װעלכעס האלט פארט דעם קריטיקער געפענטעט און לאזט אים ניט זעהר װײט צעשפרײטן זײנע אײגענע פליגל׳ אויב ער איז׳ װי בעל־מחשבות׳ גענוג ערנםטהאפט און פליכטפיהלנדיג׳ זיך ניט ״צעלאזן״ גלאט אין דער װעלט ארײן׳ נאר דער־ פילן די זיך געשטעלטע אויפגאבע צו באהאנדלען א װערק אדער א מחבר. ער האט זיך דעריבער געװעהלט נאך אײן ארבײטס־פעלד׳ - דעם פובליציסטישן פעלעטאן און דעם ״עססעי״. פ א ר מ י ר איז בעל־מחשבות גראד אויף אט דעם געבים נאך חשוב׳ער׳ װי אויף דעם געביט פון דער קריטיק. סוף כל סוף איז בא אונז די ליטעראטור׳ באזונדערס די בע־ לעטריסטישע׳ נאך ניט אזוי פארװאקסן מיט׳ן לעבן׳ װי בא אנדערע פעלקער• זי איז דערװײל ערשט א קלײן־זײטיג צװײ־ געלע אויף אונזער לעבנס־בוים. װעגן דעם איז דא פיל צו רײדן׳ און ניט דא איז דער ארט׳ אבער דעם עצם פאקט דארף מען קײנמאל ניט פארזעהן. דעריבער װאלט זיך אזא פערזענ־ ליכקײט װי בעל־מחשבות קײנמאל ניט געקאנט אויסלעבן אין איר גאגצער פולקײט׳ װען זי װאלט זיך גאר אין גאנצן איבער־געגעבן נאר דער ליטערארישער פארשונג אלײן. בעל־ מחשבות האט עם אויך טאקע ניט געטאן׳ נאר ער האט צוגע־ װענדט זײן אויג צו א ל ע דערשײנונגען און אויספלוסן פונ׳ם ײדישן לעבן׳ צו זײן געזעלשאפטליכער און נאציאנאלער אנטפלעקונג׳ און מיט זײן קריטיציסטישן שארפזין׳ מיט זײן טיף־אײנדרינגנדן חוש פאר אמת און שענקײט׳ אויך דארט אויסצוגעפינען די פאזיטױוע און נעגאטױוע מאמענטן׳ אויך דארט דעם ײדישן עולם צו עפענען די אויגן׳ אים לערנען״ אויפקלערן און צוגעװעהנען אלײן זיך פונאנדער־קלײבן און אורטײלן. פאר זײנע עססעיס און פובליציסטישע פעלעטאנען האט ער זיך געװעהלט דעם באשײדענעם נאמען: ״שטריכן און געדאנקן״. דערמיט האט ער געװאלט אזוי וױ זאגן׳ אז ער פרעטענדירט ניט צו געבן א אויספירליכע׳ דורכגרײפנדע׳ אלעס פארענפערנדע װעלט־אגשויאונג׳ ער איז מעהר ניט אויסן װי איבערצוגעבן דעם לעזער אײניגע פארבײאיגע ״געדאנקן״׳ אנװײזן אויף אײנצעלנע ״שטריכן״ פון דעם בא־ האנדעלטן פראבלעם. אין אמת׳ן אבער׳ װען מ׳לײנט דורך די זאמלונג פון אט די ״שטריכן און געדאנקן״ באקומט זיך א גאנצע׳ הארמאנישע׳ און ביז צו די אײנצלהײטן דורכגע־ טראכטע אויפפאסונג װעגן די אויפגאבן און פראבלעמען פונ׳ם ײדישן לעבן אין אונזער דור. ניט אלע מאל צוױנגט אונז דער מחבר מיט אים מסכים צו זײן אין אלע פרטים׳ אין אלע זײנע מײנונגען און גלויבונגען. עס לאזט זיך זעהר אפט מיט אים פאלעמיזױץ׳ אים אפענפערן. נאר אײן געפיהל בא־ הערשט אײך תמיד׳ װען איר לײענט בעל־מחשבות׳ן: אז די אלע זאכן׳ פון װעלכע ער רעדט׳ זײנען בא אים ניט גלאט אזוי ליטערארישע ״טעמעס״׳ נאר אז אים זײנען די זאכן ביטער־ערנםט׳ אז ער לײדט אינערליך פון די דערשײנונגען׳ װאס זעהן אים אויס קרום׳ מיאוס און שעדליך פאר דער מ• קליינמאן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.