Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 25

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 25 (sequence 31)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--269-9581554
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

9 בעל־מחשבות צו זיין 25־יעריגן ליטערארישן יובילעאום האנט אלע באדינגונגען פאר א באדײטנדן קריטיקער און עסעאיסט. אלם א זעלכער פארנעמט בעל־מחשבות דעם אנגעזעהנםטן פלאץ/ מ׳קאן זאגן: דעם סאמע אויבן־אן אין דער ײדישער ליטעראטור• אלם קריטיקער האט ער זיך פארדינט געמאכט אלם אײנערפוןדי בעסטע ערציהער און געטרײסטע פלעגער פון דער נײ־ײדישער ליטעראטור, װעלכע ער האט געטראפף קאן מעץ זאגך נאך אין די װינדליף װעלכער ער האט מיט געהאלפן באם װאקסן און פולבלוטיג װערן. ער איז געװען דער ערשטער צו געבן אויספיהרליכע, באגרינדעטע אפשאצונגען פון דער שאפונג פון א סף פון די בעסטע ײדישע קינסטלער־ פאעטן און דערצעהלעח ער האט פאפולאריזירט. פארשטענדליך געמאכט. מפורש־געװען די עלטערע שעפער פון דער נײ־ ײדישער ליטעראטוה אירע קלאסיקער. און דערבײ האט ער דעם נײעם ײדיש־לעזער געװיזן דעם װעג. װי אזוי בכלל צו־ צוגעהן צו׳ן א ליטערארישער שאפונג. װי אזוי עס לאזן זיך אויפגלידערן אירע עלעמענטן. אין װעלכן פארהעלטניש עם שטעהן אײנער צום אנדערן אינהאלט און פארם * ער האט אונז. דער ערשטער. אונטערגעטראגן דעם מאם־שטאב פון אײראפעאישער קריטיק. און אפשר דער ערשטער אין אונזער ליטעראטור אויפגעקלערט דעם ברײטן עולם זײן טעות אין דעם עצם פירוש פונ׳ם װארט ״קריטיק׳/ װעלכעס האט בא אונז דעמאלט אלגעמײן געגאלטן אלם פולשטענדיגע ארונטער־ רײסונג פון א ספר און א מחבר. אין יענע יארן פלעגט מען בא אונז א ספה אדער א מחבר ״צעקריטיקױץ״ * בעל־מחשבות האט כמעט דער ערשטער אײנגעפיהרט די אײגנטליכע קריטיק אין איר אײראפעאיש אנגענומענעם באטײט׳ אלס אויפקלע־ רונג׳ פונאנדער־גלידערונג. דערפארשונג און לאגיש־װיסנ־ שאפטליכע אנטפלעקונג פון יענע פסיכאלאגישע און סאציא־ לאגישע לעהרן׳ װעלכע דער דיכטער פארקערפערט אין געשטאלטך אפטמאל אפשר גאר אומבאװאוסטזיגיג. נאר רײן אינטואיטיח/ דורך דער מאכט פון זײן טאלענט און פון גאטס־ גנאד געגעבענער ״זעהערײ״. איך שטעל מיר פאר. אז פאר א םך ײדיש־לעזער צו יענער צײט איז בעל־מחשבות׳עס ״קריטיק״ געװען א אמת׳ע איבערראשונג. זײ האבן מן הסתם געשלונגען יעדעם װארט. און ברײט אויפגעשטעלט מויל און אויערן׳ אויפצונעמען אט די נײע אידעען פון א נײער װעלט. װעלכע איז זײ דא געגעבן געװארן. זײנע קריטישע אפ־ האנדלונגען׳ װידער׳ װעגן די ײנגערע שרײבער׳ איבער אנהויבנדיגע׳ ערשט זיך־באװײזנדיגע דיכטער׳ האבן געהאלפן דעם לעזנדן עולם׳ און אפטמאל די דאזיגע דיכטער גופא׳ זיך פונאנדער ־ צוקלײבן און אויסצושײדן די װירקליך־ ליטערארישע שפײזהאפטע זערנעס פון דעם הויפן שטרוי און פאלאװע׳ מיט װעלכע אונזער ליטעראטור איז די ליטװישע ״געדיכטע״ ײדישקײט׳ דער גײסטיגער אדעל פון א זיטליך שטרענגער און מאטעריעל רחבות׳דיגער׳ ״פאר־ פונדעװעטער׳/ אלט־ײדישער פאמיליע׳ דער טיפער ערנסט און מאראליטעט פון דער אמאליגער אידעאליסטישער אמת־ זוכנדעער ײדישער סטודענטנשאפט׳ די פלאטערנדע׳ פליכט־ באװאוסטזיניגע שטרעבונגען פון די ױגנד־קרײזליך אין די אמאליגע רוםיש־ײדישע קאלאניעס ארום די אײראפעאישע װיסנשאפטס־טעמפלץ — דאס איז די סביבה׳ איץ װעלכער ס׳איז אויסגעװאכסן ד״ר א. עליאשעוה דאס איז די אטמאספער׳ אין װעלכער ס׳האט זיך פארמירט די טאלענטירטע פער־ זענליכקײט פון דעם זײדענעם קאװנער ױנגערמאנטשיק ביז פון איר האט זיך ארויסגעבילדעט די ליטערארישע און גע־ זעלשאפטליכע געשטאלט פון בעל־מחשבות. בעל־מחשבות איז א ״אריסטאקראט״ אינ׳ם בעסערן׳ עדעלסטן זין פון דיזן װארט. אויף אים ליגט דער שטעמפל פון א געלײטערטער׳ דורות־לאנג געפארמטער און גערײניגטער אפשטאמונג• ער האט אין זײן נאטור׳ אין זײן אומגאנג מיט מענשן׳ אין זײן פארהאלטן־זיך צו געזעלשאפטליכע ער־ שײנונגען און צו לעבנס־פראבלעמען - די ברײטקײט׳ דעם פארנעם׳ די שטרענגע גערעכטיקײט און דערבײ א גוט־ מיטיגע צוגעלאזטקײט און ריקזיכטיגקײט פון א ״פריץ׳/ פון א ״פײנעם הערר׳/ װעלכער האלט זיך װײט פון ענג־הארציגער קלײנליכקײט׳ היט זיך אויס פון אומרײנקײטן און געפינט אין יעדער םיטואציע׳ כמעט אינסטינקטױו׳ זײן פאזיציע פון א װירדיגן׳ עהרליכן׳ ניט־פאראינטערעסירטן׳ אבער שארף באאבאכטנדן מענשן. אזוי איז בעל־מחשבות אין לעבן. אזוי איז ער אין דער ליטעראטור׳ - און דאס האט מען אין די ליטערארישע קרײזן שוין דערשפירט תיכף בא זײן דערשײנען׳ און מ׳האט אים פון ערשטן מאמענט אן׳ אויפגענומען מיט דער אכטונג׳ װעלכע ער פארדינט. די פערזענליכע אײגנשאפטן פון בעל־מחשבות זײנען א באצירונג, א רײכע באפוצונג צו זײן אײנגעבוירענעם טאלענט• בעל מחשבות האט א שארף אויג׳ װעלכעס דרינגט ארײן טיף אין די באהעלטענישן פונ׳ם לעבן׳ ער האט א אויר צו פארנעמען די צומײםט געדעמפטע ברויזונגען׳ װאס קומען פאר אין דער נשמה פונ׳ם אײנצלנעם מענשן און פונ׳ם קאלעקטױו• און װען דאס אלעס קומט זיך צונויף מיט א ערנסטער בילדונג׳ מיט א ברײטער באלעזנהײט אין דער װעלט־ליטעראטװ/ מיט א טיפן חוש פאר אמת און שײנקײט׳ מיט א אויסגעבילדעטן פײנעם געשמאק און מיט א פעהיגקײט אײנצוקלײדן זײנע געדאנקן און געפיהלן אין א פארנעמען לבוש פון א זאפטיגער׳ אײנדרינג־ ליכער און אויסדרוקפולער שפראך׳ דורכגעװעבט צײטנװײז מיט א באצויבערנדן פײנעם הומאר׳ - זײנען דא אויף דער 25

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.