Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 21

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 21 (sequence 27)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--265-9581550
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

צו בויען שײנע שולן• אין דיזער צײט זענען עס געבויט גע־ װארן די פארשײדענע אנטיקע שולן״ װאס זײערע חורבות זענען אונז פארבליבן ביז הײנט• אין די שולן און זײערע פארצירונגען זעהט מען געװיס א גרויסן אײנפלום פון דער ניט ײדישער ארכיטעקטור און ארנאמענטיק. מ׳מוז אבער אנערקענען, אז ס׳זענען אין זײ דא פילע ספעציעל ײדישע מאטױוך װעלכע האבן זיך נאך דערהאלטן ביז דער לעצטער צײט בײ אונז אין די פארשײדענע גלות־לענדער. בעזאנדערס זעהן מיר עס בא דער מאזאיק פון נערן. דעם מאטױו פון די 12 מזלות געפינען מיר אין א גרויסער צאל פון פארשײדענע ײדישע פארצירטע האנטשריפטן און שול־ מאלערײען. זאגאר װי ס׳איז באקאנט אין אונזערע מחזורים. די ביבלישע סצענע פון דניאל אין לײבנגרוב. צו־ זאמען װארשײנליך מיט אנדערע ביבלישע סצענעס. האבן די קריסטן אריבערגענומען און האבן דאמיט געצירט זײערע קירכעס• דער מאזאיק באדן פון נערן צײגט אונז- אז פוןארץ־ישראל איז אריבער א געװיסע יידישע קונסט־טראדיציע אין די גלות־לענדעה װעלכע דארף נאך אויפגעקלערט און אונטער־ זוכט װערן. די רוהיגערע צײט פאר די ײדןאין ארץ־ישראל האט ניט לאנג געדויערט. די רוימישע מלוכה האט אנגעהויבן פאנאנדער־ צופאלן• דאס גאנצע אנטיקע לעבן איז ערשיטערט געװארן. די תורה פון דעם גאלילעער ישו האט אנגעהויבן די װעלט עראבערן. פון א הײפל פאנאטיקער, פארפאלגט און פאר־ שפאטעט. זענען די קריסטן געװארן א הערשנדע רעליגיאן אין דער ביצאנטינישער אימפעריע. צו װעלכער ס׳האט געהערט אויך ארץײשראל. ארץ־ישראל איז יעצט געװארן דער צענטר פון דער קריסטליכער װעלט. װי א דארן אין די אויגן פון די קריםט־ ליכע פאנאטיקער זײנען דאן די ײדן אין דעם הײליגן לאנד געװעזן. שװער איז געװארן דאס לעבן פון די ײדן אין ארץ ישראל• באזונדערס איז אונערטרעגליך געװארן דאס לעבן פון די ײדן בא די קריםטליכע שטעדט און פלעצער. אין דער אומ־ געבונג פון נערן איז געגרינדעט געװארן דער קלױסטער אויף דעם בארג דויק (דער איצטיקער ג׳עבל קאראנטאל) און זײנע נזירים זײנען ניט געװעזן פרײנדליכע שכנים פאר די ײדן אין נערן. די ײדן האבן אבער מיט א ביטערקײט געקעמפפט פאר זייער עקזיסטענץ. די כראניקעס פון דעם קלויסטער דערצעלן זאגאױ דאם זײ האבן געמוזט האלטן א באװאפנטע שמירה קעגן די ײדן• די רדיפות און פארפאלגונגען װעלכע האבן זיך געשאטן אויף די ײדישע קעפ האבן געבראכט. װי ס׳האט פיל מאל פאםירט. צו א אינערליכער גײסטיגער רעאקציע בא די ײדן• אין דער צײט האט מען עס׳ װי ס׳שײנט״ צעשטערט די בילדער פון דער מאזאיק אין דער שול פון נערן און אויך פון אנדערע רעליעפע בילדער אין פארשײדענע שולן אין גליל• די קריסטליכע פאנאטיקער האבן נאטירליך ניט געקענט לײדן די ײדישע שולן און פלעגן רײצן די ביצאנ־ טינישע קיםרים און דעם המון געגן זײ. אין פיל ערטער האט מען די שולן צושטערט. די ײדן פלעגן זיך משתדל (די אותױת װאס געפינען זיך אין קלאמערן זײנען װי ם׳שײנט צערשטערט געװארן דורך דעם שראפנעל). דאס הײסט: דערמאנט זאל זײן צו גוטן בנימין דער פרנס (דער פאר־ שטעהער פון דער געמײנדע) דער זון פון ױסה• דערמאנט זאלן זײן צו גוטן די אלע װעלכע שטארקן זיך און האבן״געגעבן אדער װעלן געבן פאר דיזעם הײליגן ארט סײ גאלה סײ זילבעה סײ װערטזאכן. כדי זײ זאלן ניט פארלירן זײער טײל אין דיזעם הײליגן ארט. אמן. אין דעם זעלבן בילד אונטער דער לינקער האנט פון דניאל איז נאך דא די אויפשריפט ד נ י א ל ש ל ו ם ׳ װאס ס׳זאל באדײטן דניאל עלױ השלום אדער: דניאל איז ארױם בשלום (פון לײבנגרוב). נאך א קורצע אינשריפט דערמאנט צו גוטץ שמואל׳ װעלכער שײנט צו זײן א באקאנטע פער־ זענליכקײט אין דער צײט. און ס׳איז געװעזן דאריבער גענוג צו דערמאנען זײן נאמען אלײן• דער זעלטענער מאזאיק־באדן פון דער שול האט אונז געהאלפן פעסטצושטעלן דעם אלטן נאמען פון דעם פלאץ. אויף דעם ארט איז אמאל געשטאנען די אלטע שטאדט בער־ן אדער נערה׳ װעלכע װערט דערמאנט אין ספר יהושע (ט״ז׳ ז) אלס גרענצשטאדט צװישן אפרים און יהודה. אויך בא ױסף פלאװױס װערט זי דערמאגט. אין דעם פינפטן יאר־ הונדערט נאך דעם חורבן דערמאנט זי אויך דער כריסט־ ליכער געלעהרטער היעראנימוס אלס א שטאדט באזעצט דורך ײדן• פיל האבן די ײדישע אײנװאוינער פון נערן געהאט צו לײדן פון די געצענדינער װעלכע האבן נאך דעם חורבן ביסלעכװײז פארכאפט די שכנות׳דיגע יריחו. אויף דעם פםוק פון איכה ״גאט האט באפױלן אויף יעקב ארום אים זײנע פײנד״ רעכנט אויס דער מדרש איכה אײניגע ײדישע שטעדט װעלכע האבן באזונדערם געליטן פון זײערע שכנים און צװישן זײ אויך נערן װעלכע האט געליטן פון יריחו. אבער׳ װי ס׳שײנט׳ איז ניט דורך די געצענדינער די שטאדט צעשטערט געװארן. אין דער גאנצער צײט פון דער רוימישער הערשאפט אין ארץ־ישראל האט זיך די שטאדט גע־ האלטן. אויף דעם פלאץ ארום האט געשװעבט דער שימער פון די אלטע לעגענדעס׳ װי דאס פאלק איז אריבער דעם ירדן און פון דאנעט האט עם אנגעהויבן אײננעמען ארץ־ ישראל. א לאנגע צײט נאך דעם חורבן האט דאס ײדישע פאלק אין ארץ ישראל און אין די ארומיגע לענדער ניט געקאנט זיך בארוהיגן און ס׳ציהט זיך אין א משך פון כמעט 150 יאר א קײט פון גרעסערע און קלענערע אויפשטאנדן קעגן דער רוימישער הערשאפט. מ׳איז אבער מיד געװארן. די רוימער האבן אויך אײנ־ געזעהן׳ אז זײ װעלן מיט דעם עקשנות׳דיגן פאלק פיל ניט מאכן און מ׳האט זײ ערלויבט לעבן װי זײ װילן. ס׳איז גע־ װארן א ביסל פרײער. די פרעמדע הערשער און די פרעמדע אײנװאױנער האבן אין פארשײדענע שטעדט פון לאנד געבויט גרויסארטיגע טעמפעלס פאר זײער קולט• דעם בית־המקדש האבן די ײדן ניט געקאנט צוריק אויפבויען און מ׳האט געזעהן 21

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.