Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 19 (sequence 25)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--263-9581548- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
געװעזן/ װי ם׳שײנט, א בכבודיגער פלאץ- אדער האט געדינט פאר בעשטימטע ריטועלע באדערפנישן. אויסער דעם זענען דא נאך פארשײדענע רעשטן פון שטײנערנע פארצירטע זײלן פון ארון קודש א• ד. ג. ב די שול אין נ;עךן אויסערגעװײנליך אינטערעסאנט איז די אנטדעקונג• דורך א גאנץ זאנדערבארן צופאל איז די שול אנטדעקט געװארן אין אזא פלאץ. װאו מ׳האט עס גארנישט ערװארטעט. געװעזן איז עס אין יאר 1917. אלס די ענגלישע ארמעע האט געהאט אײנגענומען דעם דרום׳דיגן טײל פון ארץ־ ישראל. טערקישע פאלקן צוזאמען מיט עסטרײכישע און דײטשע באטעריעס האבן זיך דאן באפעסטיגט בא דעם בריק װאס פירט איבער׳ן ירדך ניט װײט פון יריחו• פון דיעזער פאזיציע האבן זײ באשאסן די ענגלישע סאלדאטך װאס האבן זיך אראפגעלאזן פון די הרי יהודה• אײנע פון די באמבעס האט זיך אויפגעריסן אויף א בערגל איבער דעם ואדי נועימה. א שעה גאנג בערך פון יריחו. פלאצנדיג האט דער שראפנעל אויסגעריסן א טײל פון דעם בערגל. און װען אין אפאר טעג ארום האט אמחנה אויסטראלישע סאלדאטן בא דעם פלאץ געלאגערט- האט מען באמערקט אז אונטער דעם הויפן ערה װעלכער איז אויסגעריסן געװארך געפינט זיך א מאזאיק־ באדן מיט א אלטער ײדישער אויפשריפט• א פאטאגראפיע פון דער אויפשריפט איז דאן אװעקגעשיקט געװארן צו דעם בא־ קאנטך ניט לאנג פארשטארבענעם פראנצויזישן געלעהרטן קלערמאךגאנא. װעלכער האט װעגן דעם געלעזן א פארטראג אין דער פאריזער אקאדעמיע• די קאנצעסיע צו פארטזעטצן די אויסגראבונג האט בא־ קומען די פראנצויזישע דאמיניקאנישע ארכעאלאגישע שולע אין ירושלים. און אין זומער 1921 האט דער בארימטער ארץ־ ישראל פארשער׳ דער דאמיניקאנער װינצענט׳ פרײגעלעגט דעם מאזאיק־באדן פון א אלטער ײדישער שול פון ענדע דעס צװײטן אדער אנפאנג דעס דריטן יארהונדערט נאך דעם חורבן פון דעם צװײטן בית־המקדש. דער גאנצער פלאץ ארום און ארום איז יעצט גאנץ װיסט• בא דעם בערגל זײנען דא חורבות, װעלכע צײגן אז דא האבן אמאל מענשן געלעבט און געװאוינט• אבער הײנט איז עס לעער• ניט װײט שטײט נאך אקלײנער בנין׳ אונטער װעלכן׳ װי די אראבער זאגן׳ איז באגראבן א מוסולמאנישר הײליגער אימאם עלי׳ װעגן װעלכן די בעדואינער דערצײלן מעשות װאס זיינען עהנליך צו די דערצעהלונגען אין תנ״ך איבער יהושע בן נון. געגנאיבער הויבט זיך אויף א שטײלער בארג׳ ג׳עבל קא־ ראנטאל׳ און אויף אים דער באקאנטער קריסטליכער קלויסטער׳ װעלכער איז געגרינדעט געװארן אין פירטן יארהונדערט דורך דעם נזיר חאריטאן. אויך אט די שול איז געװעזן געטײלט דורך צװײ שורות פון קאלאנעס אין דער מיטן• פון די האלצערנע זײלן זײנען אבער נאר די באזיס׳ן געפונען• װי ס׳שײנט איז דאס איבעריגע פארברענט געװארן. ליכן תנא רבי שמעון בץ יוחאי׳ װאס האט געלעבט׳ א הונדערט יאהר׳ בערך׳ נאך דעם חורבן פון בית־המקדש• מיט דער צײט האט מען אן די חורבות פארגעסן׳ און אין פארגאנגענעם יארהונדערט האבן די פארשער׳ קריסטן׳ פון דעם הײליגען לאנד אויפגעװעקט פון ס׳נײ דעם אינטערעס צו די אלטע ײדישע חורבות• מיט א יאהר פופצן צוריק האט די דייטשע אריענטאליםטישע געזעלשאפט געשיקט א פאר ארכע־ אלאגן אום אויסצופארשן די חורבות און זײ האבן מיר פאר־ לויפיג צו פארדאנקן א גאנץ חשוב׳ע באשרײבונג פון צעהן שולן. צופעליג זענען נאך דער מלחמה אנטדעקט געװארן נאך צװײ חורבות פון שולן׳ װעלכע געבן זײער פיל צו צו דעם װאס ס׳איז באװאוסט געװעזן ביז איצט איבער די שולן• א די שול אין חמת־נפתלי אין תרפ״א האבן די ״חלוצים״ בײ זײער בויען דעם שאסעע צװישן צמח און טבריה׳ בײם מערב׳דיגן ברעג פון י_ם כנרת׳ אנטדעקט רעשטן פון א בנין און א טויער. בײם טויער האט מען געפונען א מארמאר טאװל׳ אויף װעלכען ס׳איז געװעזן אויסגעקריצט די זיבן־לײכטערדיגע מנוירד,. מ׳האט גלײך פארשטאנעץ׳ אז דא האט מען צו טאן מיט א אלטן ײדישן בנין. די ײדישע ארכעאלאגישע געזעלשאפט אין א״י האט באקומען די ערלויבניש אויסגראבן דעם גאנצן פלאץ׳ און אין צװײ קאמפאניעס האט ד״ר סלושץ פרײגעלעגט די רעשטן פון א אלטער ײדישער שול• איהר פלאן אונטערשײדעט זיך נישט פוץ די איבריגע אונז באקאנטע אנדערע אלטע שולן אין א״י. אויסערגע־ װײנליך איז אינטערעסאנט די שטײנערנע מנורה (0,60 מ. די ברײט׳ 46,ס מ. די הויך און 13,ס מ• די דיק) װאס איז גע־ פונען געװארן בײ דער אויסגראבוננ פון דער שול אונטערן באדן׳ אין א זײטיגן קלײנעם צימערל• װי ס׳װײזט אויס׳ האט מען עס מיט כונה באהאלטן אין דער צײט פון א קאטא־ סטראפע. די מנורה איז א האלב־רונדער שטײן׳ װעלכער איז פון אײן זײט׳ װאס ס׳איז געװענדעט צו דער װאנט׳ גלאט• אויף דער רעכטער זײט זענען בולט אויסגעארבעט די זיבן לײכטער׳ װעלכער זענען צוזאמענגעבונדץ דורך מילגרוימען און זײערע בלומען־בלעטער (זעה בילד זײט 22). איבער יעדען פון די זיבן רערן געפינט זיך א האלב רונדע שיסעלע׳ אין װעלכער מ׳האט דעם בוים־אײל אנגעגאסן• צו דער מנורה איז נאך געװעזן א געשטעל פון שטײן אדער מעטאל׳ װאס ס׳איז נישט געפונען געװארן. מיט דער מנורה האבן מיר פאר זיך א פרוב פון א רעקאנ־ סטרוקציע װאס מ׳האט געמאכט אין יענער צײט לויט די שילדערונג פון די אלטע כלים װאס ס׳איז ערצעהלט אין דער תוירד,. די שול אלײן איז ניט געװעזן גרויס׳ אין א קװאדראט־ פארם פון 12 מעטער יעדע זײט. אין דער לײנג פון אײניגע װענט זענען נאך דא רעשטן פון שטײנערנע בענק• ס׳איז נאך געפונען געװארן א שטײנערנער שטוהל׳ װעלכער איז