Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 18

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 18 (sequence 24)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--262-9581547
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

גי-ו־^חזניןיז׳יוןגג^ן, ,ג/ג />.';5ג־% ... ״דניאל אין דעם לײבנגרוב״ - א טײל פון מאזאיק פוםבאדן פון דער אלטער שול אין נערן• מיט ערלויבניש פון פראנצויזיש־דאמיניקאנישער ביבליש־ארכעאלאגישער שולע אין ירושלים• א\<?'\׳\׳א 0£ 00011£^א5¥ 79£ 0£ 1ןי£1^£1>ץ\<? 10\1057\ 0£ 7א£^0^££ .5א£10 0£ א£ס א1 *1£1^ס £01\/5ט?£[. א1 5א1\׳10א11^01ס £5?£? 0£5 £ט£18£10 £00££ £א7 0£ א115510\££? םא£1 8¥ חורבות פון אנטיקע ײדישע שולן אין ארץ־ישראל דער צײט און איהרע אומשטענדן און פארשײדענע בױטײלן שטעהן נאך אויף זײער פלאץ- װעלכע געבן אונז די מעג־ ליכקײט צו זעהן• כמעט גענוי• דעם פלאן פון די אלטע שולן און זײער אינעװײניגסטן און אויסערליכן אויסזעהן• דיזע אלטע שולן זענען גאר נישט עהנליך צו אונזערע איצטיגע שולן אין זײער סטיל• זײ זענען געבויט װי באזײ ליקעס - צװײ רײהען פון קאלאנעס טײלן די שול אין דרײ טײלען: די מיטלע• די ברײטע שיף- און די צװײ זײטיגע• די שמאלע טײלן• די באזיליקע איז• אמת׳ גענומען געװארן פון די גריכישע בנינים- אבער די שול־באזיליקע האט איהרע אײגנטימליכקײטן- װײל די ארכיטעקטן האבן געמוזט צופאסן די פרעמדע בויפארם צו די דרכים פון דעם ײדישן לעבן• די דאזיגע באזיליקע־פארם געפינט מען נאך אין די ערשטע יארהונדערטן נאך דעם חורבן אין אײניגע שולן פון די גלות־ לענדער- אבער הויפטזעכליך איז זי איבערגענומען געװארן פון די נויצרים פאר זײערע קירכעס• סײ אין צפון און סײ אין מזרח פון ארץ־ישראל - שטענדיג זענען זײ געװענדעט צו ירושליםן אויך אין די שלעכטעסטע צײטן- װען א ייד האט זיך ניט געטארט באװײזן אין איהרע טויערן׳ האט דאס פאלק זײן הויפטשטאדט ניט פארגעסן און אין זײנע תפלות תמיד צו איהר זיך געריכטעט• די מיטל־אלטערליכע ײדישע עולי־רגל דערצײלן נאך אין זײערע באשרײבונגן װעגן די חורבות פון די שולן- װעלכע זענען׳ לויט זײער מײנונג׳ געבויט געװארן פון דעם װאונדער־ װי שטומע מצבות דערהויבן זיך ביז איצט נאך חורבות פון אלטע שולן אין פארשידענע טײלן פון ארץ־ישראל. הויפט־ זעכליך זענען זײ דא אין דער אומגעבונג פון ים כנרת- דארט װאו ס׳האט זיך נאך דערהאלטן אין פארלויף פון א פאר יאר־ הונדרט נאך דעם חורבן פון בית־המקדש א ײדישע פאלי־ טישע און קולטורעלע אװטאנאמיע אין דער פארם פון נשיאוית׳ אין גליל התחתון׳ אין גליל העלױן און אין מזרח זײט פונ׳ם ירדך אבער זײ פעהלן נישט אויך אין אנדערע טײלן פון ארץ־ישראל• פיל פון זײ זענען אין פארלויף פון דער צײט אין קריסטליכע קירכן אדער מוסולמענישע מעטשעטן אומגע־ װאנדלט געװארן• מענשליכע הענד און נאטור־קרעפטן האבן צו דעם פאר דער לאנגער צײט רעכט צעשטערט די רעשטן פון די איבריגע. ס׳זענען דא פלעצער װאו נאר אײן אײנצעלנער שטײן צײגט נאך׳ אז דא איז אמאל א ײדישער בנין געשטאנען• א שטײנערנע שװעל׳ א קאלאנע װאס אויף זײ זענען אויס־ געהאקט ײדישע אלטע עמבלעמעס: א שויפר׳ א לולב מיט א אתרויג אדער פארשידענע קריגעלעך ן א מאל איז א אינשריפט אײנגעריצט אין די שטײנער אדער אין דער מאזאיקע פונ׳ם פוסבאדן אין װעלכער ס׳װערט דערצעהלט פונ׳ם שטיפטער אדער פונ׳ם בוימײסטער און דאצו׳ געװײנליך׳ אויך א ברכה פאר דעם ארט און פאר די אלע ערטער װאו ײדן געפיגען זיך׳ - דאס אלײן איז געבליבן פון דער אלטער שול. ס׳זענען אבער דאך געבליבן פיל חורבות װאס זענען בײגעשטאנען 18

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.