Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 10

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 10 (sequence 16)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--254-9581539
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פלעגן זײ אפט פארענדערן די רעליעף־בילדער און דעריבער האבן אײניגע פארשער דערקלערט די קאנטיגע געפעסן אלס שטומפיג־געװארענע מוסטערן פון זיילן דעקאראציאן. אנדערע מײנען אבעה אז דאס זײנען נאכמאכונגען צו די מעטאלארבײטען׳ װעלכע האבן׳ װי באקאנט׳ געהאט אן אײנ־ פלוס אויך אויף דער קעראמיק• יעדנפאלם איז די אויס־ ארבײטונג פון קאנטיגע גלעזער געװען א עפאכע מאכנדיגער חדוש לגבי די געװאוינטע פארמען׳ װעלכע האבן זיך אײנגע־ װארצלט דורך דעם באנוצן די דרעהבאנק און די טעפער־ שײבע. נעבן די אײנפארביגע גלעזער װײסן מיר אויך פון אזעלכע װאס זײנען געװען פארצירט דורך מאלערײ אדער פארגאלדעט און װאס זײער רײכע באפוצונג געהערט צו די װיכטיגסטע דאקומענטן פון דער פארגאנגענהײט. די אינטערעסאנטעסטע ערשײנונגען צװישן די אלטע גלאז־ פארגאלדונגען זײנען די אזױ־גערופענע סחסי1> 11>מס?׳"די גאלדגלעזער׳ װאס זײנען געפונען געװארן אין א גרויסער צאהל - ביזהער שוין איבער 350 שטיק - אין איטאליע׳ אין די רוימישע קאטאקאמבעס(פון דארט שטאמען די ביזהער באקאנטע ײדישע גאלדגלעזער) און אויך בײם רהײן. אין די רוימישע קאטאקאמבעס זײנען די גאלדענע שאלן על פי רוב ארײנגעדרוקט געװען אין די אויסערליכע פארקאלכונג פון די קברים (זײ 1001111) און די ראנדן זײנען במשך הזמן אפ־ געבראכן געװארן ביז צום סאמע דנא• דאם זײנען יעדענפאלס ניט בלויז דעקאראציעס׳ נאר גאנץ געװיס צײכנס פון אנ־ דענקן און א מין קרבן־מתנה׳ דען מ׳געפינט זײ הויפט־ זעכליך אויף די קברים פון קדושים׳ װאס האבן זיך מוסר נפש געװען צוליב דער אמונה (בײ די קריסטן). בא אנדערע זײנען זײ מיטגעגעבן געװארן אין קבר ארײן און מ׳געפינט זײ דארט צוקאפנס אדער אױף דער ברוסט פונ׳ם בר־מינן• די גרעסערע עקזעמפלארן זײנען פלאכע׳ אדער נאר א ביסעלע געװעלבטע גלאז־שאלן׳ װאס אויף זײער דנא ליגט צװישן צװײ דורכזיכטיגע שיכטן א גאלדענער בלאט. אײנע פון די דאזיגע שאלן האט צװײ אויערן. די קלענערע זעהן אוים װי קײלעכיגע בעכער׳ װאם זײער דנא איז באפוצט מיט א גאלדן בילד• אנדערע װידער זײנען געװען באשטימט ארײנגעפרעסט צו װערן אין דױוענט פוןדי בעכערס• ס׳זײנען געפונען געװארן אויך גאנץ פלאכע מעדאליאנעס׳ װעלכע זײנען אײנגעפאסט אין מעטאל און האבן א אויערל צו טראגן אלס צירונג אויף׳ן האלז• אויףץ גאלדענעם בלאט איז מיט א שארפן שטיפט אײנ־ געקריצט א צײכנונג׳ און די איבריגע טײלן פונ׳ם בלאט׳ דער הינטערגרונד׳ איז אפגעשאבן. געװעהנליך איז דאס בילד אויף אזא אופן צו זעהן פון בײדע זײטן׳ װײל סײ דער גרונד׳ סײ דער איבערהאנג׳ זײנען בײדע פון פארבלאזן גלאז• אמאל אבער איז דאס גאלדבלאט אויפגעלעגט אויף א בלויען׳ פיאלעטן׳ גרינעם אדער רויטן גרונד און דאן זעהט מען עס נאר פון דער אױבערשטער זײט• זעהר אפט איז נאך ארויפ־ געלעגט אויף אײנצעלנע טײלן פונ׳ם גאלד עמאיל־פארב. די שאלן דערקענט מען דורך דער פארם׳ אפטמאל אבער ערשט דורך די שפרוכן׳ אז דאס זײנען טרינק־גלעזער. צום מײסטן געפינט מען אויף די גאלדגלעזער׳ אזױ װי בכלל אויף יעדנפאלס האט זיך דא אין דער דאזיגער אומראמונג קונה מקום געװען דער ארון קודש׳ װאס זײן אפגעמעל װעט אונז נאך באשעפטיגן בײ די גאלדגלעזער׳ װאס מיר װעלן פון זײ שפעטער רײדען. דאס װאס האט זיך קיזא׳ן געדאכט אלס א דעקל פון א בוך און אלס באשלאג ארנאמענטן מיט ליליען־פראנזען איז אהן ספק פשוטע פארצירונגען׳ װאס קומען פאר אויף קריסטליכע גלעזער׳ פונקט אזוי װי די בילדער האבן בעצם אן ארנאמענטאלן כאראקטער. פון א פאלעסטינישן װארשטאט שטאמט׳ װײזט אויס׳ אויך א ניט־דורכזיכטיגע פילפארביגע גלאז־פלאש׳ װעלכע געפינט זיך אויך אין בערלינער אקװארױם• דער בויך פון אט דער פלאש איז אונטן און אויבן אפגעטײלט דורך רינגען און אין מיטן איז ער דורך יאנישע זײלן צוטײלט אין 6 פעלדער׳ װעלכע זײנען פארפוצט מיט װאזן׳ פרוכטן־שאלן׳ טרויבן און צװײגן. אײנע פון די װאזן האט מען אויך אנגענומען פאר א מילגרוים׳ נור דאס איז׳ צוליב דער ניט שארפקײט פון די קאנטורן און אײנפארביגקײט׳ װעלכע לאזן ניט שטארק ארויסטרעטן דעם רעליעף פונ׳ם גרונד׳ שװער צו אנטשײדן. יעדנפאלס איז די ארנאמענטיק ענליך צו דער פון די ײדישע מטבעות• אזוי באגעגנט מען למשל די טרויבן אויף די מינצן פונ׳ם ערשטן ײדישען אױפשטאנד אין בר־ככבא׳ס צײט׳ דעם מילגרוים - אויף די מטבעות פון הורדוס המלך׳ אויך װאזן־ארטיגע כלים קומען פאר אויף די ײדישע מטבעות. די דאזיגע באפוצונגם־פארמען קענען מיר אויך פון ניט־ײדישע זאכן. אויף װיפיל אבער זײ זײנען פארט אנדערש לאזט זיך בײ דער פליכטיגער טעכניק און בײ דער זעלטנקײט פון ײדישע גלעזער מיט אזעלכע עמבלעמעס׳ ניט זאגען. יעדנפאלס מעגען מיר אױך אט די פלאש צורעכנען צו די ײדישע זאכן׳ ניט אפגעבנדיג איהר׳ װי שמואל קרוים׳ אן ארט דוקא אינם סינאגאגאלן קולט. דען דאס פלעשל האלט קוים 10—8 צענטימעטער די גרויס און האט געקאנט דינען העכסטענס אלס א זאלב־ געפעס׳ אודאי מיטצוגעבן עס אין קבר ארײן• די גלעזער׳ װאס מיר האבן ביזהער פון זײ גערעט׳ אזוי גערופענע רעליעף־גלעזער׳ האלט מען פאר א ספעציעלע סירישע המצאה׳ זײער אויסארבײטונג איז אין א געװיסן אופן ענליך צו מעטאל גיסן. פון געברענטן לײם אדער פון האלץ װערט געמאכט א אויסגעהוילטע פארם׳ װעלכע שטעלט זיך צונויף פון 2 אדער 3 טײלן און אין דער פורם ארײן בלאזט מען ארײן מיט א פײפל די פליסיגע גלאזמאסע• די דינע און געשמײדיגע גלאזפליסיגקײט פאסט זיך ארײן אין די װענד פון דער פורם און נעמט אויף די דארט שפיגל אויסגעקריצטע געמאלן. נאכדעם װי דאס גלאז װערט אפגעקילט און ארויסגענומען פון דער פורם׳ האט איהר אויף איהם אין רעליעף יענע׳ אין דער פורם אײנגע־ קריצטע שפיגלבילדער♦ די כלים גופא װאלט מען געקאנט מאכן דורך אײנפאכן גלאז־בלאזן׳ די פורם האט מען גע־ דארפט צוליב די פארצירונגען• דעם האלז און דעם שטאנד־ פלאך פלעגט מען צומאכן שפעטער לויט די באקאנטע גלאז־ מאכערײקונסט׳ אזוי װי עס פלעגן צוגעמאכט װערן אויך די אויערלאך. די פאדים־פארצירונגען פלעגן צוגעמאכט װערן מיט די הענט. אויב דער פורם איז ניט גענוג שארף געװען׳ 10

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.