Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 11

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 11 (sequence 17)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--255-9581540
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אין גרין. פון בײדע זײטן פון דער געבײ שטעהן אפגע־ זונדערט צװײ הויכע בראנז־פארביגע זײלן. פון דער פאדערשטער זײט איז דער הויף אפגעשלאסן דורך א גראטע נעבן װעלכער״ אין הויף אריין״ עס שטעהט א טיש? אויף איהם - גאלדענע װאזעם״ א לולב מיט ערבות׳ הדםים און א אתרוג. צװישן זײ א זיבן־רעריגע מנורה״ פון װעלכער עס ציטערן רויטע פלאמען. פון יענער זײט פון דער זײלן־שורה״ אויף רעכטס פונ׳ם קוקעה געפינען זיך צװײ פערספעקטױויש געגעבענע געבײען״ יעדע הינטער א פאלמע. דאס גאנצע בילד איז ארומגענומען מיט א קרייז. לײדער איז די רעכטע העלפט אפגעבראכך פון דעסטװעגן לאזט עס זיך דערגאנצן דורכץ פארגלײך מיט דעם פארבליבענעם• בײם אינעװײניגסטן ראנד פון דעם שמאלן אײנראמענדן רינג״ שטעהט א אויפ־ שריפט״ װעלכער אנטהאלט א טרינק־שפרוך״ װעלכן מ׳טרעפט אפט סײ אויף די געצענדינערישע. סײ אויף קריסטליכע און ײדישע גלעזער״ עס איז א מין אויפפאדערונג: ״טרינק און לעב מיט אלע דײניגע״. מעגליך אז דא איז נאך געשטאנען דער נאמען פון דעם װאס די כלי האט איהם געהערט. נויטיג איז עס ניט׳ דען על פי רוב זײנען דאך די דאזיגע כלים גע־ ארבעט געװארן פאבריק־מעסיג. פאר׳ן ״מארק״. װײטער לײענען מיר: ״רוה אין פרידן״ און *נעם אן דעם ברכה־ שפרוך״. דעם טרינק־שפרוך קאן מען האלטן אנװענדבאר אויך פאר װאכעדיגע טרױק־גלעזער• דער װאונש צו ״רוהן״ אין קבר באגעגנט זיך אפט אויף ײדישע מצבות־אויפשריפטן אין העבראישער״ גריכישער און לאטײנישער שפראך• דער רמז אבער אויף א ״ברכה־שפרוך״ טײט אן שוין אויף עפיס א טויטן־קולט. צי איז דא געמײנט די ליבע־סעודה פון די גלויביגע קריסטן״ די ברכה װאס מ׳האט דאן געמאכט אויף װײך אדער א טויטן־געבעט װי אונזער הײנטיגער קדיש למשל. און צי איז בכלל דא עפיס געמײנט״ - װאג איך ניט צו אנטשײדן. יעדנפאלס דארף די דאזיגע מציאה נאך פילא־ לאגיש אויסגעפארשט װערן. קונסט־געשיכטליך קאן מען דורך א פארגלײך מיט אנדערע דענקמעלער פעסט זעצן זײן דאטום בערך אויפ׳ן סוף פונ׳ם 4־טן יארהונדערט• פון יענער צײט זײנען נור נאך די איבריגע גאלד־גלעזער צו באטראכטן. פארשטעהט זיך״ אז דאס בילד פונ׳ם בית־המקדש איז ניט קײן נאטור־בילד/ דען דעמאלט איז דער בית־המקדש שוין לאנג געװען חרוב״ עס איז ניט מעהר װי א פארשטעלונג. װאס שטיצט זיך אויף דער מסורה• אזוי װי מיר האבן בלויז די דאזיגע צװײ פארשטעלוגגען פון דער צײט פונ׳ם בית־המקדש״ בשעת די אנדערע גאלד־גלעזער טראגן שוין די פארצירונגען פון די שוהלן, איז דער דאזיגער פאקט נאך מעהר כדאי צו אױפמערקזאמקײט• מעגליף אז דאס איז א כלי פון א שוהל״ װעלכע האט געטראגן אויף זיך דעם נאמען פון ירושלים. אדער אפשר איז איהר בעל־הבית געװען א כהן• נעבן אט דעם אויסערליכן שײכות קאן מען אויך געפינען א אינערליכע שײכות צװישן דעם בילד און דער אויפשריפט. לויט דער רעליגיעזער פארשטעלונג װעט תחית המתים פארקומען אין אײןצײט מיט בנין בית־המקדשן ס׳איז דעריבער גאנץנאהנט. אז די צװײ אידעען זאלן פארבונדן װערן אין א געגנשטאנה װאס מ׳גיט־מיט דעם נפטר אין קבר ארײן. שמשון טעפליץ• די טרינקבעכער פונ׳ם 3־טן און 4־טן יארהונדערט׳ דעם שפרוך 868©2 ש!?. אדער נאר 8€8©2 אלײן. תחלת איז ער געשריבן נאר מיט גריכישע אותױת״ שפעטער אבער מיט לאטײנישע און אהן שום באדענקען צוגעטשעפעט צו לא־ טײנישע װערטער. דיא קאסױס האט אונז איבערגעגעבן די פארמולע״ װאס מ׳פלעגט באנוצן בא טרינקגעזעלשאפן און בשעת ױם־טובדיגע צוזאמענקונפטן צו די געזונדסװינשע־ װאניעס• צוליב דער דעקאראציע האט מען די גאלדגלעזער נאר זעלטן־װען באנוצט צום געװעהנליכן געברויך און זײ האבן מעהר געדינט אלס מתנות״ אלס צירונג אין שטוב אדער אלס מיטגאבן אין קבר ארײן• צו די לעצטע געהערן אלע ײדישע געפונענע זאכן. צװישן די ביבלישע בילדער״ װעלכע געהערן אפילו מײסטנס דעם קריסטליכן קולט״ קומען פיל מאל פאר ײדישע סימבאלן װי די זיבענרעריגע מנורה און בילדער פונ׳ם בית המקדש. װאהרשײנליך זײנען דאס די ארבײט פון ײדן״ װעלכע האבן זיך אויסגעלערנט די מלאכה פון גלאזמאכן בא די מצרים און בא די כנענים און זיך מיט איר באשעפטיגט״ װי עס באװײזן די רעשטן פון די חברונער היטעס״ נאך אונטער דער ביצאנטינישער הערשאפט. אין רוים גופא האבן אויך געמוזט זײן״ אחוץ ײדישע ס ו ח ר י ם פון גלאז־כלים׳ אויך ײדישע גלאזמאכער״ כאטש דער אנטיםעמיט מארטיאל װײסט נאר צו דערצעהלן פון זײ״ אז זײ פלעגן הויזירן מיט גלאזשערבעליך. ניקאלאי מילער דערצעהלט אין זײן קלײנעם װערקל: ״די ײדישע קאטאקאמבע אויף׳ן מאנטװערד אין רוים״ (בערלין 1912) אז אין דער ײדישער קאטאקאמבע געפינט זיך מעהר גלאזשערבליך װי אויף די קריסטליכע צװינטערס פון דערזעלבער צײט• דאס איז געװיס א סימן״ אז די גלאז־אינדוסטריע־אויסארבײטונגען זײנען דורכגעגאנגען דורך די הענט פון די ײדן אין רוים. אין די קאטאקאמבעס פון די ערשטע צװײ יאר־הונדערטן זײנען די גאלדגלעזער נאך ניט אנצוטרעפן. זײ הויבן זיך אן יאװען ערשט באם סוף פונ׳ם 2־טן און 3־טן יארהונדערט״ און ציהען זיך ביז אין 5־טן יארהונדערט ארײן. צװישן די בילדער אויף די ײדישע גאלדגלעזער מוזן געװיס יענע אם אינטערעםאנטעסטן זײן״ װעלכע שטעלן פאר דעם בית־המקדש. ביז איצט זײנען באקאנט געװארן צװײ אזעלכע עקזעמפלארן. אײנער געפינט זיך איצט אין קריסט־ ליכן מוזעאום בא דער ביבליאטעק פונ׳ם װאטיקאן. דע־ראססי האט װעגן דעם געשריבן אין ״ארכױו דע ל׳אריענט לאטען״ 1883. פון זײן ארבײט האבן מיר גענומען דאס בילד אויף זײט 8. נעבן דער בלויליכער גלאזפארב און דעם גאלדגרונד איז אויף דעם דאזיגן גלאז נאך דא א אויפטראג פון רויט״ העל־ און טונקל־גרין• דאס בילד״ װאם שטעלט פאר א מקום קדוש׳ איז געגעבן פון דער לופטן״ א ביסל פארקלעמט פון די זײטן• אין מיט׳ן פון א הויף״ װעלכער איז פון דרײ זײטן ארומגענומען מיט זײלן־שורות״ דערהויבט זיך אויף היבש הויכע טרעפ״ דאס געבילד פון א טעמפל״ װאס זײן פראנטאן האלט זיך אויף 4 רויטע זײלן״ צװישן װעלכע ס׳זעהט זיך אין דער מיט א גאלדענע טיר״ געעפנט צום אינעװײניג צו. דער טימפאנאן פונ׳ם פראנטאן װײזט א זיבן־רעריגע מנורה 11

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.