Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 9 (sequence 15)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--253-9581538- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
די חברונ׳ער היטעם פלעגן ביט פארארבײטן• די דעקאראציעס קומען פאר אפילו על פי רוב אין דער ײדישער גרעבער־ קונסט, אמאל אבער אויך אין דער קריסטליכער. דאגעגן מוז דאם ערשטע גלאז געװים האבן געדינט נור פאר ײדישע צװעקף דען זײנע פארצירונגען קומען פאר אין אט דער צוזאמענשטעלונג נאר אויף ײדישע זאכן. אויב די בילדער נארן אונז ניט׳ מוז מען זאגן אז קיזא האט ניט גאר ריכטיג אויםגעטײטשט אײניגע פון זײ; ער האט טאקע ניט געהאט פאר זיך דאס שפעטער באקאנט געװארענע פארגלײכס־ מאטעריאל. מחמת דעם װאס אין בערלינער אנטיקװארױם געפינט זיך א גלאז- װעלכע איז אין דער פארב׳ איב׳ם מא־ טעריאל און אין דער באפוצונג לחלוטין גלײך צו דעם׳ און אין דער פארם זעהר ענליך׳ ניט מעהר אנשטאט א פלאכער ארײנגאס־שאל. האט זי דא א מין פלאשן־האלז. װעלכער \י - אלטע גלאז־פלאש מיט ײדישער ארנאמענטיק אנטיקױארױם פון די בערלינערמוזעאומם ,א710\-7א£^א?ז0 ׳*ו£?!71£8 1771׳*\ 3580778£\׳08 £טב>71א.£ 1\ט5£ט1\ א81?)££ £]77?0 7א1£\7?1\׳?0£ א£814ט710א\׳ דערלאנגט מיט א אויער ביז צום בויך פון דער כלי (זעה בילד איבער דער שורה) - קאן מען שוין אונטערנעמען א פאר־ גלײך צװישן דעם און אנדערע געגנשטאנדן פון דערזעלבער צײט. ריכטיג האט קיזא מפורש געװען נאר די זיבענרעריגע מנורה און די פאלמע. װעלכע קומען זעהר אפט פאר אין דער ײדישער גרעבערקונסט. למשל אויף די סארקאפאגן פון דער 1מ1מ13ןמ83 אין רוים און פון מילעט (בײדע געפינען זיך אצינד אין קאיזער־פרידריך מוזעאום אין בערלין). דאגעגן אבער דאס> װאס ער האט אנגענומען פאר א טויער פון א טעמפל׳ איז ניט עפיס אנדערש װי א סימבאלישער רמז אויף דער ארכיטעקטור פוג׳ם ארון קודש׳ אזוי װי מ׳געפינט איהם אויפ׳ן װאנדפריז פון דער שוהל אין קעראזא* און אזוי װי זײ קומען אויך פאר אין די גלילישע שוהלן אינעװײניג• פון דער דאזיגער ארכיטעקטור װײזט אויס האט זיך אנטװיקלט די מאהאמעדאנישע געבעט־נישע ז * קאהל און װאטצינגער׳ אלטע סינאגאגען אין גליל׳ לײפציג 1916. אין אלט־רוימישע קברים פונ׳ם דאזיגן לאנד. צומײםטן זײנען די קברים געװען אײנגעגראבן אין די פעלזן װי אײװעלעך און זײנען א לאנגע צײט געבליבן פארשוינט פון די רויבער־ בעדואינען צוליב דעם אבערגלויבן. באזונדערם פיל האט געגעבען די באהן־שטרעקע צװישן יפו און ירושלים און דאן װײטער די שורה פון אלטע קברים׳ װאס בײ בית גוברין (דעם אלטען עלעיטאראפאליס) און בײ אשקלון. פון די כלים צום נוצען איז׳ נאטירליך׳ שװער צו אונטערשײדן עפיס ספעציפיש ײדישעס׳ פונקט אזוי װי מ׳קאן הײנט ניט געפונען קײן באזונדערע נאציאנאלע סמנים אין די כלים׳ װאס דינען איבעראל צום נוצן. דאך לאזט זיך פון דעם סארט גלאז דערקענען געװיסע אײגנשאפטן׳ װעלכע װײזן אן> אז זײ זײנען אויסגעארבײט אין ײדישע היטעס. ברוינעם גלאז װי שערלאק־ פארב פלעגט מען געװײנליך אויסארבײטן אין חברון׳ װאו די דאזיגע מאנופאקטור איז געלעגן הויפטזעכליך אין ײדישע הענה אזוי װי דאס באװײזן די ליטערארישע קװעלן. די דאזיגע מאנופאקטור האט זיך׳ װי עס װײזט אויס׳ דערהאלטן ביז צום מיטל־אלטער׳ בשעת די היטעס אין צפון זײנען בשעת די איבער־ קערענישן אין טאמערלאנקס צײט חרוב געװארן׳ און ערשט דערנאך אויפגעשטאנען תחית־המתים גאר אין סאמארקאנד. אנדערש איז עם מיט די גלאז־שטיקליך׳ װאס טראגן פארצירונגען און אויפשריפטן און לאזן זיך פונ׳ם אינהאלט שוין איקאנאגראפיש דערקענען׳ אז דאס זײנען ײדישע זאכן׳ כאטש עס איז דערמיט גאר ניט געזאגט׳ אז זײ זײנען זאכן פון רעליגיעזן קולט. די ײדן פון דער קײזערצײט האבן געקאנט אויספוצן אויך כלים פון טעג־ ליכן געברויך מיט זײערע ײדישע עמבלעמעס• פון ארץ־ישראל שטאמען דרײ גלעזער אין סאמבאנ׳ס־ זאמלונג אין פאריז*. א טאפ פון רויט־ברוינעם גלאז אין פארם װי א קורצע פינף־קאנטיגע פריזמע מיט א קורץ העלזל׳ אזוי װי אונזערע טינטערם. די זײטן זײנען פארצירט מיט אײנגעגראבענע בילדער: מ׳דערקענט א דעקל פון א בוך׳ א טויער פון א טעמפל׳ א פאלמע׳ די מנורה מיט די זיבן רעהרן און צװײ ארנאמענטן אזוי װי באשלאג מיט פראנזען װי ליליען• די כלי איז געבלאזען אין א פורעם און ס׳איז קלאר׳ אז זי שטאמט פון אײנער פון די פילע ײדישע היטעס פונ׳ם 4־טן יארהונדערט׳ און לויט דעם גלאז־םארט׳ אודאי פון חברון. פון דעם זעלבן מקור זײנען אויך אפשר די אנדערע צװײ גלעזער אין דער זעלבער זאמלונג♦ אײנע איז װידער א טאפ א פינף־קאגטיגער׳ ארוף־צו א ביסל ברײטער און פארצירט מיט א זיך־שלענגלנדיגן גלאז־פאדים׳ בערך װי דאס סירישע ז״ס[ ת 111ק׳<ס8. אוף די זײטן זײנען אויך דא אײנגעגראבענע פארצירונגען׳ צום טײל דיקע געפלעכטן׳ צום טײל דאפלראמבען מיט קלײנע רינגען און האלבע לבנות׳ צום טײל פאלמע־צװײגן. עהנליכע באפוצונגען גע־ פינען זיך אויך אויפ׳ן אנדערן גלאז׳ װעלכער איז א אכט־ קאנטיגעס קענדיל מיט א גלאז־פאדים ארום דעם האלז. די דאזיגע צװײ לעצטע כלים מוזן זײן׳ אזוי װי עס באװײזן זײערע גלײכן׳ װעלכע געפינען זיך אין דעם בערלינער און מינכענער מוזעען **׳ פונ׳ם געװענליכן גרינען גלאז װעלכן פארגלייך: םאמבאן׳ ״אלטע גלעזער״׳ אין ״לע־נױזעי״׳ פאריז 1506. קעסטער׳ ״אלטע גלעזער״׳ אין ״צייטשריפט פאר בילדענדע קונסט״ לײפציג 1921.