Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 3

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 3 (sequence 9)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--247-9581532
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

שמשון הגבור אלם לײב־באצװיגגער׳ פון א מחזור פון 14־טען יארהוגדערט׳ אין דער לייפציגער אונױוערסיטעטס־ביבליאטעק• ,¥£ט^א0£ ר1411 ,?1501*1£0\ 1\££0 א£10 א0 ז\150\5£ ¥£^£18£ ££517¥:\1אט 210?!££ השפעה פונ׳ם אלט־אריענטאלישן זאגן־קרײז׳ - דער ליטערארישער און דער פאעמאלער׳ ד• ה• דורך די ביבעל־ שילדערונג גופא׳ װעלכע איז מיט אריענטאלישע מאטױון דורכגעװײקט׳ און דורך די שוין פארהאנענע בילדליכע פאר־ שטעלונגען• דוד דערצעלט אןעפיזאד פון זײנע איבערלעבונגען אלס פאסטוך׳ װי ער האט געראטעװעט א שעפעלע פונ׳ם פיסק בײ א לײב און בײ א בער׳ ער פאקט די חיה בײ דער בארד און טויט זי: ״גאט װעלכער האט מיך מציל געװען פון דעם לײבם און דעם בערס לאפעס׳ װעט מיך מציל זײן אויך פון דעם דאזיגען פלישתי׳ס האנט׳/ די מעשה מיט די װילדע חות׳ דעם לײב און דעם בער׳ װערט געשילדערט׳ כדי פאר־ צושטעלןדוד׳ן אלס חיה־באצװינגער אוןװעקן פארטרויען צו זײן קראפט׳ װעלכע מ׳װאלט ניט געקאנט ערװארטן פון א אײנפאכען פאסטוך. דער מאטױו פון דער געטליכער אויסצײכנונג׳ אזױ װי עס שפילט מיטבײם גילגאמעש׳ איז דא געגעבן דורך דער זאלבונג׳ װאס שמואל האט אויף גאטס באפעל׳ געזאלבט דוד׳ן• אויך שמשון איז געהײליגט שוין פון דער געבורט אן• ער האט לאנגע האר אזוי װי ענגידו. ניט מעהר דאס האט לכתחלה אן אנדער באדײטונג• דערמיט זאל באצײכנעט װערן ניט דער װילדער׳ דער מענש־חיה׳ נור דער הײליגער נזיר׳ װאס האט זיך אפגעגעבן אינגאנצן צו גאט• פון דעסטװעגץ באװײזן זיך װײטער אויך בײ שמשון׳ען די לאנגע האר גראד אלם סימבאל פון קערפערליכער גבורה• אזוי װי דוד איז אויך שמשון כאראקטעריםטיש דורך א קאמף־ עפיזאד מיט א לײב• אין בײדע פאלן דערצעהלט זיך װעגן דעם נצחון װי פון א נס׳ דען ניט דוד ניט שמשון קעמפן מיט װעלכן ס׳ניט איז כלי־זײן. שמשון האט צעריסן דעם לײב ״אזוי װי מ׳צערײסט א ציגעלע״. ער האט גאר ניט אין דער האנט. ״דער גאט װאט האט מיך מציל געװען פונ׳ם לײב׳ס לאפע״ ... זאגט דוד׳ מיט אמונה אין דער געטליכער אין דער בילדענדער קונסט׳ װעלכע שעפט איר גײסטיגן אינהאלט פון דער ביבעל׳ װערט אויף קײן פאל ניט פארװישט דער אלט־אריענטאלישער הינטערגרונד• ער װירקט מיט איברי־ גענס מיט אוך אין דער ביבעל גופא אלס א מעכטיגער פאקטאר׳ אזוי אז מ׳קאן דא באמערקן א דארפעלטן שטראם פון פארמבילדענדע השפעות• פונקט אזױ װי דער קינסטלער פון העלעניםטישער צײט׳ װעלכער האט פארגעשטעלט דניאל אין גוב הארױת (זעה בילד זײט 18) האט אודאי זיך געהאלטן בײ די אלט־אריענטאלישע פארבילדער• אזוי האבען אויך פארן מחבר פונ׳ם ספר דניאל גופא געמוזט שװעבן די בילדער פון די אלטע העלדן־מעשות• און ניט צופעליג׳ אויס אײגענעם אײנפאל׳ נור געװיס נאכזעהענדיג אן אלטער מסורה׳ שטעלט דער קינסטלער פאר דניאל׳ן מיט אויפגעהויבענע הענד מיט צװײ לײבן בײ די זײטן• אין דער דאזיגער סימעטרישער אױסשטעלונג פון די לײבן צו בײדע זײטן פונ׳ם גבור׳ קלינגט א װידערקול פונ׳ם אלטן מאטױו• מיר געפינץ דא די פארדאפעלונג צוליב דעקאראטױוע טעמים פון די קנאפע רעשטן פונ׳ם מאזאיק איז שװער צו זעהן צו האלט דער גבור אויפגעהויבן די הענד אין העלעניזירטער תפלה־ שטעלונג אדער דאס אז׳ אזוי װי בײם גילגאמעש׳ א צײכן פון זײן טרױמף• אין די דניאל־פארשטעלונגען פון מעראװינגישער צײט (אפגעבילדעט אין װערמאנס ״געשיכטע דער קונסט פון אלע צײטן און פעלקער״׳ 2 אויפלאגע 1920׳ 3 טער באנד זײט 84) האבן מיר נאך דעם זעלבן אריענטאלישן סדר• די חױת בויגן זיך פאר דעם באצװינגער מיט הכנעה פון באזיגטע• דניאל האבט אויף די הענט צו געבן א שבח צו גאט׳ אדער צום צײכן פון זײן טרױמף• צװײ גבורים פון דער ביבעל׳ דוד אין שמשון׳ װעלכע זײנען שטארק פאלקסטימליך געװארן אלס באקעמפער פון די פלישתום׳ אלס שטרײטער פאר׳ן פאלק׳ זײנען אין דער בילדענדער קונסט ארינטער געפאלן אונטער א דאפעלער שמשון הגבור אלס לײב־באצװינגער׳ פון א הגדה פונ׳ם 14־טען יארהונדערט• בריטיש מוזעאום 2737 ז0 ¥£ס־1־א0£ 1418 ,0411^00^£1 .£ 1\££0 .א£10 11£־ד א0 א150\\.5 2737 .0£ ,1\ט5£טז\ ז-8£11151

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.