Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 4

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 4 (sequence 10)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--248-9581533
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

האר׳ װעלכער זיצט אויפ׳ן לײב״ שפילנדיג- װי אויף א האלץ־ פערד. מיט חנעװדיגער באװעגונג״ אהן שום אנגעשטרענגט־ קײט׳ ניט אמאל די קלענסטע אויפמערקזאמקײט דעם לײב צו שענקן׳ קוקט שמשון קאקעט אויפ׳ן צוזעהער״ גלײך װי ער װאלט איהם געװאלט אויפמערקזאם מאכן אויף זײן מאדנע קאםטױם• אויך דער לײב מאכט א רעכט געלאסענעם אײנ־ דרוק (זעה בילד זײט 1) די כתובה פון רױואראלא פונ׳ם יאר 1727 האט דאס דאזיגע בילדל מיט קליינע שנוים איבערגענומען פונ׳ם קארפואנער מחזור (זעה בילד זײט 6) ס׳קאן אויך זײן׳ אז דאס בילד איז באקאנט געװען אין אסך קאפיעס און איז איבערגעגאנגען פון כתב־יד צו כתב־יה אין די פארשטעלונגען פונ׳ם 18־טן יארהונדערט איז שוין ניטא כמעט קײן זכר פונ׳ם טראגישן גורל פון דעם דאזיגן העלד׳ װעלכער האט אין דער ױגנד מיט זײן כח און בטחון צעריסן א לײב מיט לײדיגע הענה דערנאר אבער ארײנגע־ פאלן אין די הענד פון זײנע פײנד און בלינד״ שײנבאר פון גאט פארלאזט״ אין לאגער פון זײנע שונאים״ שטארבט ער״ װען אפילו מיט א גרויםארטיגן טויט. דאס דאזיגע בילד פון שמשון׳ען האט זיך אין שפעטערער צײט פארװאנדעלט אין א אידיליע. אין מיטלאלטערליכן מחזור- אין דער מיטעל־ אלטערליכער הגדה׳ איז שמשון נאך דערשטרײטענדער העלד׳ דער סימבאל פון דער ניט־באזיגבארער קראפט פון ישראל. עס װאלט געװען זעהר אינטערעסאנט נאכצופארשן אין דער העברעאישער בוך־אילוסטראציע אויב אויך דארט װערט אזוי אפט פארביטן שמשון אויף דוד׳ן און צי קומט אזוינס בכלל דארט פאר׳ אזוי װי מיר טרעפן אן אלע מאל אין דער קריסטליכער ביבעל־אילוסטראציע• דארט׳ אין דער קריסט־ ליכער איקאנאגראפיע׳ האט דוד א באזונדערע באדײטונג• די סצענעס: ״דוד רעטעט דאס לעמעלע פונ׳ם בער און פונ׳ם לײב״״ װערן דארט באנוצט אלס געגענשטיק צו די םצענעס: ״יעזוס באפרײט דעם משוגענעם פונ׳ם דבוק״ און ״יעזוס נידערט אראפ אין גהינום״. די קריסטליכע קירכע האט פאר־ בונדן מיט דוד׳ן איהרע באזונדערע פארשטעלונגען׳ און דאס ערקלערט פארװאס דוד פארנעמט אזא גרויס ארט אין דער קריסטליכער איקאנאגראפיע. דער מאטױו פון דעם נצחון איבערץ לײב און איבער גלית הפלישתי׳ דאס הײסט: דער נצחון איבער׳ן בײזן אין דער װעלט׳ שטעהט דארט אין פאדערגרונד. דוד איז בא זײ דער אנזאג אויף קריסטוס און מיט זײן פערזאן אידענטיפיצירט. דערפאר װערט דארט די ראלע פוב׳ם חיה־באצװינגער על־פי־רוב צוגעטײלט דוקא דוד׳ן׳ כאטש אמאל באקלײדט זי אויך שמשון• דאגעגן איז מיר נאך ניט פארגעקומען׳ אז דוד זאל אויך אין דער ײדישער בוך־אילוסטראציע געשילדערט װערן אין דער ראל פון א לײב־באצװינגער. דא קען מען דוד׳ן גיכער אלס אלטן גרוי־ װײסן קעניג׳ זיצענדיג אויפ׳ן טראן אדער שפילנדיג אויף דער הארפע׳ אדער אויך תפלה־טוענדיג• דער לײב־בא־ צװינגער׳ דער פאלקסטימליכער העלד׳ דער סימבאל פון ישראל׳ס גבורה - איז שמשון׳ אזוי װײט׳ װי מ׳קאן אפ־ לערנען פון דעם אונז ביז איצט באװאוסטן מאטעריאל• אין אים באגריסן מיר די פארקערפערונג פון ײדישן נאציאנאלן העלדנטום• רחל ווישניצער־בערנשטיי הילף. אויך שמשון האט געגלויבט אין דער געטליכער הילף און מחמת גאטספורכטיגקײט האט ער פון דער גאנצער מעשה ניט דערצעהלט אפילו זײנע עלטערן. די בײדע לײבן ־ באצװינגער פון דער ביבל װערן אין דער בילדענדער קונסט באהאנדעלט גאנץ אין זינען פון די אזוי־גערופענע גילגאמעש־סצענעס. פונקט װי יענער אלט־ אריענטאלישער העלד׳ רײט דוד׳ אפט איז עס שמשון׳ אויף א לײב׳ אדער גרײט זיך אויף איהם ארופצושטײגן. אויף א העלעניסטישער זילבערנער כלי׳ װאס געפינט זיך אינ׳ם סאוטה־ קענסיגטאן־מוזעום(געפונען געװארן אין קעריניא׳ אפגעבילדעט בײ װאולף ״די אלט־קריסטליכע און ביצאנטינישע קונסט״) געפינען מיר פארגעשטעלט דוד׳ן מיט א לײב. די קאמ־ פאזיציע געהט נאך דעם אלט־אריענטאלישן נוסח׳ ניט מעהר דוד איז דא געקלײדעט אין א אנטיקער טראכט מיט א קורצן טוניק און מיט א מאנטל װאם בלאזט זיך אין דערלופטן. רעכטס װערט דער מאטױו נאך בארײכערט דורך א בוים׳ װאס נויגט זיך צום אינעװײניג און װעלכער איז טאקע נויטיג כדי אויסצופילן די רונדע פארם פון דער שאל. װי װײט דער מאטױו איז געװען פארשפרײט אויך אין מיטלאלטער זעהן מיר פון דעם װי אפט ער קומט פאר אין די פארשידענסטע ערטער. אזוי טרעפן מיר דוד׳ן אין אט דער כאראקטעריסטישער האלטונג אין א קריסטליך־ענגלישער ביבל פונ׳ם 12*טן יארהונדערט - אום נור צו ברײנגען אײן בײשפיל פון א סך. אין ספר תהלים׳ װעלכעס הײבט זיך אן מיט די װערטער: •11״י 8631113 פילט אט דאס בילד אויס דעם בוכשטאב "8״ (זעה בילד זײט 2). פונ׳ם 12־טן יאר־ הונדערט שטאמען אויך די פילע אין בײן געשניצטע פאר־ שטעלונגען פון שמשון׳ װעלכער רײסט אויף בײם לײב דאס מויל זיצנדיג אויף איהם רײטנדיג (אפגעבילדעט בײ אד• גאלדשײט ״די עלפענבײן ־ סקולפטורן 111 1923׳״ בר. קאסירער׳ - װעלכער ברײנגט דרײ בײשפילן׳ פון זײ צװײ דײטשע און אײנער װארשײנליך א פראנצוזישער). אין דער העברעאישער בוך־אילוסטראציע פעהלט אויך ניט דער מאטיװ פון דעם לײבן־באצװינגער. אין דער גע־ שילדערטער האלטונג׳ רײטנדיג אויף א לײב׳ אויפרײסנדיג דער חיה דאס מויל׳ ערשײנט פאר אונז שמשון אין דעם כתב־יד פון בנימין הסופר פונ׳ם יאר 1278׳ װעלכער אנטהאלט דעם חומש מיט תרגום׳ דעם סדר של פסח און נאך זאכן. (בריטיש מוזעאום 639 ,11 .^4) מיר טרעפן איהם אן גאנץ עהנליך באהאנדעלט אויך אין דער הגדה פונ׳ם בריטישן מוזעאום 2737 זס (זעה בילד זײט 3) און אין מחזור פון דער לײפציגער אונױוערזיטעטס־ביבליאטעק (זעה בילד זײט 3) ביידע זײנען זיי האנטשריפטן פונ׳ם שפעטערן מיטעלאלטער• אבער אויך נאך אינ׳ם 18־טן יארהונדערט באפוצט שמשון׳ס רייטער־בילד די העברעאישע אילומינירטע האנטשריפטן• מיר דערקענען איהם אין דעם קארפואנער מחזור פונ׳ם יאר 1700׳ װעלכער געפינט זיך בײ אלקנה אדלער אין לאנדאן• נאכגעהענדיג נאכ׳ן גײםט פון דער צײט׳ װערט שמשון׳ װעלכער איז אונז פונ׳ם אלטערטום און פונ׳ם מיטעלאלטער איבערגעגעבן אלס קרעפטיגער נאטור־מענש׳ אלס פאלקס־ טימליכער העלד׳ גאר א צארטער בחור מיט געקרײזעלטע 4

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.