Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 2 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--246-9581531- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
הויבט זי אויף בײ בײדע הינטערשטע פיס ביי דער זייט׳ אדער זשע ער האלט די אונטערטעניגע חיה הויך איבער זײן ״קאפ• אין דעם בבלישן שטעמפעל (זעה בילד זײט 2) פונ׳ם דריטן יארטויזענד פאר דער געװעהנליכער צײט־ רעכנונג טרעט אויף דער גבור רײטנדיג אויף דעם לײב♦ אײן האנד שטרעקט ער צום עק פונ׳ם לײב׳ א סימן פון זײן נצחון• דער לײב האלט דעם פיסק ברײט געעפנט• מחמת קאמפאזיציאנעלע טעמים װערט אפטמאל דער מאטױו פאר־ י ־ד חר ־י ■ץ• .ך דאפלט און בארײכערט׳ דהײנו: עס װערן ארײנגעשטעלט נאך אנדערע פיגורן כדי אויסצופולן דעם פלאץ• א טײל פון די קאמפאזיציאנעלע סכעמען צום מאטױו פון דער חיה־באצװינגונג׳ װעלכע ס׳האט אויסגעארבעט די אלט־ אריענטאלישע קונסט אין יארטויזענד לאנגער איבונג׳ איז אויך פארבליבן אין שפעטערע צײטן׳ און ביסלאכװײז זיך פארענדערנדיג אבער פארט נאך גענוג דײטליך דערקענבאר׳ איז ער אריבער ביז צו די נײעסטע צײטן• באזונדערס האט די העראלדיק עם פארשטאנען אויסצונוצן דעם געירשה׳טען אוצר פון פארמען• פונ׳ם אלטן אריענט האט זי גענומן אירע אדלערס׳ אירע לײבען און פון דארט שטאמט אויך די פײערליכע באהאנדלונג פון די מאטױון• דוד ראטעוועט דאס שעפעלע פונ׳ם בער׳ס און פונ״ם לייבס לאפעס• פון א תנ״ך אין דער ביבליאטעק פון דער װינטשעסטער קאטעדראלע׳ פונ׳ם 12-טען יארהונדערט•?זם^^קמסחך&ץקס 87\.7£1££188 אז 8188£ אז 8 ע^ז־חאז 48\^_1 £81170^0££1 ם1/ץ\.ם 0£ א10ד\<ז1ו8£5£1ק££ .׳1י8ע7א0£ 1218 ,א£10 \, 1\£801 170^ 8\׳8£ \/ 1\£80 ,1\5£1£ט1\ £8£87\/ס17\ \707081\,£0011£\7\/0 ,0££¥\/88 .׳גו 1\£80 1901 ,זוזסםחס^ א לײב־באצװינגער אויף א בבלישן שטעמפל פונ׳ם 3־טען יארטויזענד פאר דער געװענליכער צײטרעכנונג• .8.0 3000 ,£8םח07£1 א\/1א8¥£0\/8 .א£10 771£ א0 17£80 7£1£ ,£8ס51£0££81£ £15017£\£7081£177\<,£8£8^\.0 1\££0 £10£0ס8££80 £210!££ ,0\/£8£׳\ '17117810175 אים געװען א געטליכע נאטור און נאר אויף אײן דריטל א מענשליכע• ער האט געהערשט װי א טיראן איבער דער שטאדט ארך׳ געצװאונגן זײנע אונטערטאנען צו עבודת פרך בײם אויפבויען פון געװאלטיגען טעמפלען און שטאטמויערן• (מ׳דארף באמערקן צװײ מאמענטן: די איבערמענשליכע קראפט און די מאכט פון גילגאמעשז) ׳גילגאמעש האט א פרײנד׳ ענגידו הײסט ער• זײן לײב איז אינגאנצן האריג און די האר פונ׳ם קאפ זײנען לאנג געװאקסן׳ װי בײ א פרוי• ער לעבט אויפ׳ן פעלד אינאײנעם מיט די חױת׳ זײערע מאכלים עסט ער׳ מיט זײער געטראנק דערפרישט ער זיך• בײדע פרײנד גײען ארויס אויף פאלעװאניע׳ זײ האלטן מלחמה מיט לײבן אין די בערג און טויטן דעם מזל שור אויפ׳ן הימל• ענגידו שטארבט אװעק׳ גילגאמעש ציהט װײטער׳ כדי אויפ־ צוזוכן דאם איביגע לעבן׳ אונטערװעגס טרעפט ער אן דעם עגדיש־מענשן מיט זײן װײב׳ װעמעס אנבליק ס׳ברײנגט א געװײנליכן מענשן דעם טויט• נאך פיל פארקומענישן געלינגט עס איהם אפצורײםן דאס לעבענס־גרעזל׳ אבער בײם צוריק־ קעהרן אהײם קײן ארך׳ װערט עס בײ אים פון א שלאנג ארויסגעריסן• צװישן די פארשטעלונגן װאס האבן א שײכות מיט דעם לעגענדען־קרײז װעגן גילגאמעש׳ איז אודאי ניטא קײן אײנציגע׳ װאס מ׳זאל זי קאנען אויסטײטשן אלס אילוסט־ ראציע צו װעלכער ניט איז באשטימטער סצענע פון אט דער מעשד.: על פי רוב האנדלט זיך נור װעגן גאנץ אל־ געמײן פארטראכטע קאמף און טרױמף־סצענעס׳ אין װעלכע בײדע העלדן׳ אדער נאר אײנער פון זײ׳ װערט פארגעשטעלט צוזאמן מיט חױת• גילגאמעש און ענגידו װערן באצײכנט דורך לאנגע געקרײזלטע האר און א לאנגער בארד• ענגידו װערט אפט פארגעשטעלט אלס אקס־מענש׳ א געמיש־ טע בריאה׳ װאס פונ׳ם גארטל אראפ איז ער אקס און פונ׳ם גארטל ארויף א מענש♦ ער טראגט א הערנער־קרוין אלס צײכן פון זײן געטליכער נאטור• דאס פארהעלטניש צו דער באזיגטער חיה װערט אויס־ געדרוקט אין פארשײדענערלײ פארשטעלונגען• דער זיגרײכער גבור טרעט אן דער באזיגטער חיה אויף׳ן קאפ׳ פאררײסט אײנעם פון אירע הינטערשטע פיס און פאקט זי בײם עק׳ אדער ער 2