Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 1 (sequence 7)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--245-9581530- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
שמשען הגבור אלם לײב־באצװינגער׳ פון א רױואראלער כתובה פונ׳ם יאר 1727. ײדישע געמײנדע־ביבליאטעק אין בערלין• א8£££1 א1 117^0^1^001 1517^'£^ £א7 0£ אכ00£££071 ,1727 ,£17££0£0 ,ח84טז£;>1!גסמז .אסס £א־ד אס א150\1^5 דער לײב־באצװינגער אין דער ײדישער קונסט מיט׳ץ העלד׳ װאס האלט אפ נצחונות איבער די חױת׳ אדער גאר מיט דער גאטהײט אלײן• דאן בעקומט דאס בילד א קולטישע באדײטונג• צום לעצט טראגט מען איבער די ראל פון א חיה־באצװינגער אויפ׳ן קעניג• די באצװאונגענע חיה שטײט מיט א ברײט געעפנטען פיסק* בויגט זיך רע־ װענדיג׳ װי א אונטערטעניגער באזיגטער• צװישן די מיטאלאגישע שטאפן׳ װעלכע די בילדענדע קונסט פונ׳ם אלטן אריענט האט פארארבעט׳ האט די גילגאמעש ־ לעגענדע׳ װי עם שײנט׳ ניט װעניג מאטױון געליפערט• די ארכעאלאגן װארנען אפילו׳ אז מ׳זאל ניט אננעמען די בילדליכע פארשטעלונגען אלס אילוסטראציעס צו גאנץ באשטימטע סצענעס פון די אלטע זאגען׳ דען דער בילדענדער קינסטלער שטײט שטענדיג פרײ אנט־ קעגן דעם שטאף• דאס ליטערארישע װערט קײנמאל ניט גאר אינגאנצן בטל אין דעם בילדהאפטן׳ דאס בילד גיט שטענדיג װעניגער׳ אבער אויך מער װי דער ליטערארישער מאטױו׳ װעלכער האט עס ארויסגערופן צום לעבן• עס איז דאך באמת א נײע באשעפעניש מיט גאנץ אנדערע מיטל׳ צוגע־ פאסט צו דעם סארט קונםט• מיט אט דער באשרענקונג האבן די געלערנטע פארט זיך גענומען פארבינדן די אלטאריענטאלישע שטעמפל־בילדער מיט באשטימטע מאטױון פון די לעגענדעס׳ צװישן זײ גאגץ באזונדערס מיט דער לעגענדע װעגן גילגאמעש׳ און ארדנען די טיפן לויט שטאפליכע און קאמפאזיציאנעלע געזיכטספונקטן• די מעשהמיט׳ן גילגאמעש איז בערך אזא: גילגאמעש איז באשענקט געװען פון׳ם הימלישן גאט מיט א איבערמענשליכער קראפט• אויף צװײ דריטל איז אין ער קאמף מיט דער חיה - דאס איז דאס טעמא פון דער גע־ װאלטיגער דראמע װעלכע טרײ־ סלט אויף די מענשהײט אין דער מארגן־דעמערונג פון דער צױוי־ ליזאציע• די מפלה פונ׳ם לײב׳ דער נצחון איבער׳ן בופלאקס׳ איבער דער אנטילאפע׳ איבער׳ן דאמהירש -1:3סקס68במ 113ז1ז06) ׳(^סזמו אפילו איבער דער קלײנער גאזעל׳ מאכן אויס א רײה פון אויפרעגענדע מאמענטן אין דער געשיכטע פון דער מאכט־פארברײטערונג פונ׳ם מענשן אויף דער ערד• אין קאמף־סצענען, װעלכע שטעלן פאר אט דעם מענשן אט די חיה אלס אנפאלער אין קאמף׳ אין טרױמף־סצענעס װעלכע פײערן דעם נצחון פונ׳ם מענשן׳ לעבט זיך אויס דאס אויסמאלן־באדערפעניש פונ׳ם קינסטלער אין יענע אוראלטע צײטן• דאס װאס איז פארבליבן פון אזעלכע בילדער ׳די חתימות פון עילם׳ חת׳ מצרים׳ אשור׳ בבל און פרס׳ װעלכע שטאמן פון דער צײט צװישן פערטן און ערשטן יארטויזענד פאר דער געװענליכער צײטרעכנונג געהערן שוין צומײסט צו א העכערער מדרגה פון קינסטליכער דערגרײכונג׳ דען דער קאמף מיט דער חיה פיהלט זיך דא שוין גיט װי א דירעקטע איבערלעבונג׳ נאר פיל מער װי א טענדענציעז געפארבטע האנדלונג פון א בבא־ מעשה• דער קאמף־מוטיגער יעגער װערט אידענטיפיצירט 1