Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 42

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 42 (sequence 48)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--231-9581515
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זוך געפונען הינטערן הײזל״ געקליבן שטײנער און געמאכט א פלויט׳ זיך אויסגעטענהט מיטן הונט׳ ניט געענטפערט אויף באגריםונגען און זיך געערגערט• בלויז פארטאג. װען ער האט אין דער פינסטער געשפרײזט מיטן הונט איבערן ברעג פון ים״ האט ער זיך בארוהיגט. גע־ פילט װי ער גלײכט זיך אויס. װאקסט און אין זײן פאר־ זשאװערטן מח בליצט אויף א ליכטיגקײט. װאס ער האט ערגיץ װאו אנגעװארן. שטיקער ליכט האבן זיך געקײקעלט איבער די פינסטערע כװאליעס און װאס נעהנטער זײ האבן זיך גערוקט״ אלץ זוניגער איז אים געװארן אין די אויגן. דער מח. אזא לופטיגער. האט געבליצט און ער האט געזעהן װי טויזנטער קעפ װיגען זיך. כװאליען הין און צוריק. בויגן זיך. פאלן צו זײנע פיס און ער״ אזא מעכטיגער. שטעהט איבער זײ. רײסט פון זיך ארויס דאס שװײגן מיט די װארצ־ לעך דרױועלט עם, שלײדערט צאפעלדיגע. אויסגעװעהטיגטע װערטער״ און דער המון שרײט״ רעװעט״ טראגט זיך מיט די כװאליעס... אויף שפאנען״ אז ער האט א לאנגערע צײט נישט געקענט פארטראגן קײן טריט״ אנגעהויבן ציטערן״ זיך װארפן״ געמײנט׳ אז מאן װעט אים באלד איבערפאלן און איבער דער חוט־ השדרה האבן זיך געבלעזלט קאלטע טראפענס. די טראפענס האבן אנגעהויבן גליהען״ עקספלאדירט און אזא שרעק האט אים ארומגענומען״ אז ער האט קײן כח נישט געהאט צו אנט־ לויפן״ געבליבן שטעהן און געװארט מען זאל אים באפאלן. ער איז צוריקגעקומען נאך נױ־יארק״ אויפגעהערט זיך צו װײזן צװישן באקאנטע. שפעטער״ אז מען האט אים אויס־ געפונען״ גענומען אויף א פארהער און גארניט געקענט ארױסקריגן״ האט מען באשלאסן״ אז דער בחור האט געקראגן א ריץ אין קאפ. מען האט אים געקויפט בײם ים א הײזל״ געהאפט״ אז װײט פון טומעל װעט ער אפשר צו זיך קומען. אין די זומער חדשים זײנען באקאנטע״ װאס האבן צוזאמען מיט אים געארבעט״ צו אים ארויסגעפארן. קײן זאך האט נישט געהאלפן. ער האט אויסגעמיטן אפילו באקאנטע• זומער פלעגט ער גאנצע טעג ארבײטן בײ זיך אין גארטן״ װאס האט י. א פ א ט א ש ו• אין א פראכט־צוג צװײ עופות קען מען זײ געבן. ער האט אויםגעזוכט צװײ היהנער מיט בלאסע קעמלעך״ געװען זיכער אז זײ װעלן בא נאכט סײ־וײ־םײ אויסציהען די לאפקעס״ אויפגעקליבן אין די שטײגן איבער צװײ טוץ נאך װארימע אײער און עס גע־ געבן דעם קאנדוקטער: - גענוג? - - גענוג״ גענוג - האט דער קאנדוקטער ארײנגעלעגט די אײער אין היטל - מיר האבן נאך פלײש פון דער פריה אויךן טשארלי האט אראפגעשלעפט די ״אװעראלס״. אפגעװאשן די הענט״ זיך אײנגעשמירט דעם קאפ מיט א שמעקעדיגע םאמאדע׳ און זײנע שװארצע האר האבן געגלאנצט װי דער קאפ בײ א מארזש״ װען ער שטעקט אים ארויס פון װאסער אנטקעגען דער זון. אז טשארלי איז ארײנגעקומען אין װאגאן״ װאס נאכן לאקאמאטױו״ האט זיך שוין גאהערט דער״ ריח פון געבראטענע היהנער. אלע װאס זײנען געפארן מיט׳ן פראכטצוג״ װעלכער איז באשטאנען פון איבער הונ־ דערט װאגאנען״ זײנען דא געװען םארזאמעלט. צװײ מאשי־ ניסטן״ צװײ קאנדוקטארן״ א הײצער - א נעגער אויף װעמען די סאזשע איז גארנישט געװען קענטיג״ א דאר מענטשיל - א געװעזענער דזשאקי״ װאס האט געפיהרט א װאגאן פערד״ א קורצער געשטוםעלטער חזרים־טרײבער״ װאס איז געפארן מיט׳ן װײב א נאך קורצערע״ מיט א מאנסבילש פנים׳ און װען נישט דער פארענט׳ װאם איז בא איר געװען אזוי צעװאקסן׳ פארנאכט האט זיך דער פראכט־צוג אפגעשטעלט. טשארלי״ אן אפגעברענטער״ א בײניגער׳ מיט א לאנגען אויםגעבויגענעם האלז״ װי בא אן אלטן גאנער״ האט צועפנט די זעק מיט פיטער. יארן שוין האט ער געפירט װאגאנען מיט היהנער פון דער סאוט נאך נױ־יארק. די עופות האבן דערפילט״ אז ם׳איז די צײט פון עסען״ דורכגעשטעקט צװישן די ברעטלעך פון די הילצערנע שטײגן זײערע לאנגע העלזער״ זײערע קעפלעך״ געשריען״ צושפרײט די פליגעל און אין װאגאן״ װאו דרײ טויזענט פאר פליגעל האבן געקלאפט״ איז געװארן אזא װינד״ אז דאס עסען װאם מען האט זײ געשיט מיט א שופלע״ איז צופלויגן. דער װאגאן״ די שטײגן״ אלץ האט זיך פארלוירן אין שטויב״ װי מחנות גענז װאלטן אנגע־ קומען איבער א זאמדיגן װעג• א קאנדוקטער האט אויפגעמאכט די טיר אין איז ארײן אין װאגאן: - מיר װעלן דא שטײן א קנאפע שעה. אויב דו װילסט״ קום אריבער װעלן מיר צוזאמען עסען אװענט־ברויט• טשארלי האט נישט געענטפערט. ער האט א קוק געטון אויף דער װאנט״ װאו ער האט פארשריבן מיט קרײד די צאל היהנער״ װאס זײנען יעדן טאג געפאלן. בא א גוטן פיטערער האבן דורכשניטליך מעהר װי צעהן אוםות א טאג נישט גע־ טארט פאלן. ער האט איבערגעצײלט זעקם פאסעקלעך, א צופרידענער ארויפגעצויגן די ״אװעראלס״ און געטראכט״ אז

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.