Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 41 (sequence 47)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--230-9581514- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
געשראקענער א װיספער געטון איר נאמען. זי האט א װארף געטון מיטן קאפ׳ ארויסגעלאזט א קװיטש׳ אין דרײען א גע־ קארטשעטע זיך גענומען רוקף װי זי װאלט מורא געהאט פאר קלעפ- געקוקט אויף ראזענען םון א װינקל און זיך םונ־ אנדערגעװײנט• פאר א גרויסן געקרײצטן יעזום• די האר צושאטן״ די אויגן וױ בא א נאכס־װאנדלערץ• דעם ײד אין ראזענען איז פרעמד געװען אזא קרבן׳ ניט געקאנט צונויםבינדן די צװײ מיס לארענםעס״ און אן איבער־ י• אפאטאשו• שרעק כאפט װאם מען רעדט צו אים• דעם פזמון האבן די ״בארדערם״ עטליכע מאל א טאג איבערגעחזרט אין שפאן׳ס געגענװארט׳ און יעדעס מאל7 װען אײנער האט געענדיגט. האט ער צו־ געלעגט א פינגער צום שטערך געשװיגן א װיילע. װאס עס האט געהײסן - בײם בחור האט זיך א שרײפל איבערגעדרעהט און פון אלע האפנונגען האט זיך גארניט אויסגעלאזט• מיטן קוק פלעגט שפאן כאפן׳ אז מען רעדט װעגן אים- זיך גע־ מאכט נאך תם׳עװאטעױ געליטן, געװאלט דער זומער זאל זײן פארבײ״ געבענקט נאכן װינטער״ װען ער געפינט זיך אײנער אלײן אין גאנצן הויז״ דארף קײן מענטשען ניט זעהן. ערגיץ טיף קײקעלט זיך בײ אים א שמײכל״ בלײבט שטעקן אין בויך״ שפיגלט זיך ניט אפ אויפן טעמפן פנים״ בלויז די װינקלעך פון די פארקװעטשטע ליפן קרומען זיך מיט שפאט״ װאם מאן באדויערט אים> דערצעהלן׳ אז ער איז געבליבן דער זעלבער שפאך אז דאס פײער בײ אים איז נישט אויסגע־ לאשן געװארן׳ עם האט זיך נאך מעהר צופלאקערט• ער האט נאר פײנד געקראגן דעם מענש און די פײנד־ שאפט איז אין די פופצען יאר פארװאנדעלט געװארן אין א שנאה״ װאס האלט אים אויף״ גיט אים כח און אינהאלט. מיט פופצען יאר צוריק. אין דעם גרויסן קוילן־סטרײק האט ער אין מיטן פעלד גערעדט פאר טויזנטער קוילן־ גרעבער. אהײם פארענדיג האט מען זײן אויטאמאביל אפגע־ שטעלט. אים אװעקגעפירט אין א װעלדל און אנגעהויבן שלאגן. ער האט ארײנגעכאפט דעם קאפ צװישן די אקסלען״ צעשפרײט די הענט״ װי צו װערן זיך און גענומען שרײען. שפאן האט געזעהן דעם טויט פאר די אויגן״ פון שרעק אזוי צוטומעלט געװארן״ אז דאס געשרײ איז בײ אים גע־ בליבן אין גרגרת װי א בײן״ געשפארט די אויגן פון קאפ. די קלעפ זײנען געװען אזוי גיך. אז זײ האבן אויפגעהערט װעה צו טון״ אים אויסגעניכטערט. ער האט געזעהן איבער זיך צופלאמטע פנים׳ער. װאם האבן זיך געדרעהט. געשלאגן אין םנים ארײן״ אין די אויערך אין קאפ• שפעטער האבן זײ פארװארפן א שטריק ארום זײן האלז״ אים גענומען שלעפן צו א בוים״ געװאלט אויפהענגען. א צװײג האט זיך איבער־ געבראכן און ער איז ארונטערגעפאלן• די שלעגערס האבן אים געלאזט ליגן און זײנען אװעק. דאס האט אזוי געװירקט מיט דעם לעשן זיך פון די שטערן. װען דאס פינסטערניש װערט געדיכטער. שפרײזט שוין שפאן אין זײן האריגן ״סװעטער״ איבער דער הוילער װעראנדע״ װאו יעדער טריט זײנער שלאגט זיך אפ מיט א װידערקול פון א צובראכענעם טאפ. ער שפרײזט אזוי א לענגערע צײט אונטער דעם רויש פון ים. די האנט אין די הויזךקעשענעס׳ דער קורצער קארק צװישן די אקסלען״ אטעמט מיט פולע גאזלעכער״ דערנאך קריכט ער אריבער דעם פארענטש״ כאטש ער קען גײן מיט די טרעפלעך״ און דורך פארװאקסענע פעלדער לאזט ער זיך צום ים• זײן שטענדיגער בעגלײטער איז אן אלטער הונט״ װאס לײדט פון אסטמא״ בילט שוין ניט מער״ נאר כארכעלט מיטן בויך. דעם פארטאגיגן שפאציר מאכט שוין שפאן פאר די לעצטע פופצען יאר• סײ זומער״ סײ װינטער״ אין רעגן און אין שנעע״ שלעפט זיך שפאן איבר די פעלדער״ געהט מיטן ברעג״ װען מען זעהט דארט ניט קײן לעבעדיגן נפש. אין אז פון די ארומיגע הײזער נעמען זיך באװײזן פנים׳ער״ אײלט שפאן צו זיך אין שטיבל ארײן״ װאו איבערן זומער װאוינען בײ אים זײנע אמאליגע באקאנטע און מיטן הערבסט בלײבט ער אײגער אלײן. ער האט מורא פאר מענטשן״ מײדט אויס נײע באקאנטע און אז ער באגעגנט אמאל אויף זײנע פארטאגיגע שפאצירען עטליכע פישערם״ אדער א פארטיע שאסעע־ארבײטער״ הויבט ער אן צו ציטערן״ בלײבט שטעהן״ װי הענט און פיס װאלטן בײ אים אפגענומען געװארן. זײן בעםטער פארגעניגען איז צו שפאצירן פארטאג״ װען קײן מענטשיש אויג קוקט אים נישט נאך און שפעט בײ נאכט״ זעהר שפעט״ װען מען קען נישט אונטערשײדן אײן פרצוף פון צװײטן. זומער לײדט ער זעהר״ לײדט׳ װאס ער מוז אנקומען צו די באקאנטע״ װאם װאוינען בײ אים״ מוז אויסהערן זײערע טענות• אלע דערגעהען אים די יארן״ קלאגן אין זײן געגענ־ װארט״ װאם פון אים׳ פון שפאנען״ איז געװארן. דעם גרויסן סטרײק האט ער״ שפאן״ געװאונען און עם איז גענוג געװען צו האבן זײן נאמען״ אן אונטערנעמונג זאל נישט האבן קײן דורכפאל. און מיט אמאל האט זיך עפעס א דרעה געטון בײ דעם מענטשן אין קאפ״ צו א קעמערל איז פארשטאפט געװארן״ און ער האט אנגעהויבן אויסצומײדען באקאנטע״ נישט גע־