Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 43 (sequence 49)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--232-9581516- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זי איז כמעט מיט אים געלאפן״ געפרײכט און זיך געבעטן: - זעץ מיך ארײן אין װאגאן! - אל־רײטן - קום אויך ארײן. װאם װעסט׳ן אײנער אלײן טון בא די היהנערז ס׳איז אומעטיג. מײן מאן שלאפט• ער איז מיט איר ארײן. פון מאנ׳ס געלעגער האט זיך געטראגן א כרױקן און ס׳איז שװער געװען צו זאגען פון װאנען ס׳קומט׳ צו פון אים. צו פון די חזרים• טשארלי האט זיך געדרעהט איבער׳ן װאגאן׳ נישט געװאוסט װאס ער האט צו טון׳ זיך יעדע װײלע אומגעקוקט׳ װי פון מאנ׳ס געלעגער װאלטען אים א פאר אויגען נאכגעקוקט• דער צוג האט זיך א טרײסל געטון׳ גענומען זיך פאמעליך רוקען• טשארלי איז ארױסגעשפרונגן• - װאו געהסט׳ול - כ׳מוז ארײנגײן צו די היהנער! - בלײב דא! - כ׳קען נישט? - בלײב׳ זאג איך דירג - שלאפ׳ן לאזט זי נישט! לאז שלאפן. דו-האט דער מאן זיך איבערגעװארפן - מיט װעמן רעדסטול - מיט קײנעם! - האסט נאר װאס גערעדט מיט עמיצן! - האב איךן ס׳איז געװארן שטיל• טשארלי איז געשטאנן אין דער טיר׳ געקוקט אויף די באװאקסענע פעלדער׳ געקוקט װי די זון זעצט זיך און ם׳איז אים געװארן אומעטיג• ער האט זיך אויסגע־ צויגן אויף די זעק מיט פיטער׳ פארמאכט די אויגן׳ געװאלט אײנשלאפן׳ איז אים׳ װי אויף צו להכעים׳ נארישקײטן גע־ קראכן אין קאפ ארײן. אים האט עפיס באנג געטון. ער האט לאנג געקוקט פאר זיך׳ געזעהן װי די װאנט פון װאגאן רוקט זיך פונאנדער׳ געזעהן װי דער חזרים־טרײבער שלאפט מיט דעם װײב און קעגענאיבער האט זיך א האהן צוקרעהט׳ צו׳ם ערשט הויך׳ דערנאך העכער זיך פארגאנגן׳ האט טשארלי מער נישט געקענט אײנליגן• ער האט זיך איבערגעצויגן׳ זיך צוריק ארײגגעשטעלט אין דער צועפענטער טיר און זיך אײנגעהערט. ס׳איז געװען שטיל• ס׳האט זיך בלויז געהערט דער אפקלאנג פון די רעדער אן די רעלסן און ארום װי װײט ס׳אויג האט געקאנט כאפן׳ האבן גאלד־פליגעליך זיך גע־ צונדען און געלאשן. פון חזרים־װאגאן האט דער דארער״ קלײנער דזשאקי ארויסגעשטעקט דעם קאפ׳ זיך ארומגעקוקט צו מען זעהט נישט׳ זיך ארויפגעכאפט אויף׳ן װאגאן און װי א מאלפע גע־ נומן שפרינגן איבער די דעכער. טשארלי האט אפגעזיפצט׳ פון פערדרוס אויסגעשפיגן׳ צוגעהאקט די טיר און צוריק פארקראכן אויף די זעק. אז מען האט געקענט אויף אים גרײטן צום טיש׳ װאלט מען זי געקענט אננעמן םאר אן איבערגעטוענעם מאן• די מענער זײנען געזעםן ארום א םיער־עקיגען טיש׳ גע־ טרונקן צו גלעזליך בראנפען׳ פארביסן מיט װײםן קעז׳ מיט הארטע אײער און אונגעדולדיג געװארט אויף די גע־ בראטענע היהנער• זײ האבן כמעט װי געשװיגן׳ געזעסן מיט פארשלאפענע אויגן׳ געקוקט אויף׳ן חזרים־טרײבער׳ס װײב׳ װאס איז געשטאנען איבר׳ן פײער און פויל זיך באװאויגן. - ם׳איז שוין באלד גאר נישט געבליבן׳ טשארלי - האט א מאשיניסט אים אנגעגאםן אין א גלאז בראנפען - נא׳ נעץ אײן ס׳פײפל! טשאדלי האט אויסגעטרונקען׳ זיך אפגעגאסן מיט טרערען׳ פארביסן מיט אן אײ און גארנישט גע־ ענטםערט• די מענער האבן זיך געדרעהט ארום דעם חזרים־טרײבער׳ם װײב׳ װי ארום א שײנקײט׳ איר געהאלטן אין אײן מאכן קאמפלימענטן׳ זי באדינט און ס׳האט אויםגעזעהן׳ אז בא מענשן׳ װאם זײנען שוין װאכן געװען פון דער הײם׳ זיך גע־ שלעפט אונטער־װעגן׳ם׳ איז קײן שײנערע װי דעם חזרים־ טרײבער׳ס װײב נישט געװען. זי האט צעשםרײט איבער׳ן טיש א צײטונג׳ צושטעלט טעלערס און פארבײגײענדיג זיך צוגעבויגן צוטשארלי׳ס קאפ: אה׳ שמעקט - און צוגעטראגן ס׳פלײש צום טיש - כ׳זאג שטענדיג׳ אז טשארלי איז א ספארט! דער עולם האט נישט געענטפערט׳ זיך גענומן רוקן מיט די בענקליך ארום טיש׳ כלומרש זיך געריסן צום פלײש• און װער עס איז געװען םלינקער האט פארנומן דעם פלאץ ארום דעם חזרים־טרײבער׳ס װײב• אײדער מען האט זיך ארומגעקוקט זײנען די היהנער נישט געװארן. דער חזרים־טרײבער האט זיך געגרויסט פאר די איבריגע מיט׳ן װײב׳ זי געגלעט׳ געהאלטן אין אײן טרינקען׳ און אז די אויגן זײנען בא אים געװארן פארלאפן מיט בלוט׳ האט ער אגגעשפארט די הענט אן טיש׳ דעם קאפ אן די הענט און זיך געלאזט הערען• דער נעגער מיט א קאנדוקטער האבן אים אויפגעשטעלט און גענומן פיהרן אין װאגאן ארײן צו די חזרים• ער האט געזידעלט׳ געשאלטן׳ גערופן ס׳װײב• די איבריגע זײנען געװארן אנגעצויגן׳ יעדער האט געגעבן אנצו־ הערן דעם צװײטן׳ אז באלד הויבט דער צוג אן צו גײן׳ אז דא אין װאגאן אוז שוין נישטא װאס צו טון׳ אז׳ אז - ביז אלע זײנען געבליבן אין װאגאן. באם ערשטן סיגנאל האט דעם חזרים־טרײבער׳ס װײב אנגעכאפט טשארלי׳ן פאר א האנט: - קום! װילסט דען דא בלײבן ו - נא! ־ד - טא קום׳ גיכער! י־ אפאטןןשו• 43