Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 40 (sequence 46)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--229-9581513- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
לאנג עס לעבן אזעלכע מענטשן װי מיס לארענס• ער האט אנגעהויבן עפטער קומען צו איר• די באציהונגען זײנען געװארן מעהר חבר׳יש און אז ער האט ױ אײנמאל אפגע־ שטעלט אין פארק׳ האט זי אים געכאפט אונטערן ארעם״ געגאנגען מיט אים ביז שפעט אין דער נאכט און ניט אויפ־ געהערט צו רעדן• ראזען האט אנגעקלוגגען. מים לארענס האט אים װארעם באגעגענט״ װי תמיד• זי איז געגאנגען אנגעטון אין װײסן- אנגעיאגט א זומערדיגקײט... זי האט אים באקװעם אװעק־ געזעצט און ער האט אנגעהויבן לײנען. זי האט געשטראלט, אים עטליכע מאל איבערגעריסן- אויםגעדריקט צופרידענהײט׳ װי זי װאלט א שותף געװען צום אנגעשריבענעם• אז ער האט געענדיגט. האט זי אים לאנג געגלעט איבער די האר- גערעדט אזוי חבר׳יש און אין דעם רעדן זײנען געװען טרא־ פענס פארדרוס. װאס ער. ראזען. דארף שוין ניט די עצות פון מיס לארענס• ער איז א שרײבער מיט גרויסע מעגליכ־ קײטן״ די װעלט איז פאר אים אפעף קאן אהן א צװײטענס הילף שאפן װיפיל זײן הארץ גלוסט - און ער טוט עס• דאס איז געװען דאס ערשטע מאל. װאס ראזען האט זיך שלעכט געפילט מיט מיס לארענס. ער האט געבענקט נאכץ זוניגן געלעכטער׳ געבענקט נאכ׳ן מענטש. צו װעלכן מ׳דארף ארויפקוקן. און דא האט ער געזעהן פאר זיך א פרױ״ א שײנע פרוי׳ װאס טראגט אין זיך א סוה פארװאנדעלט דעם סוד אין א קדשי־קדשים און איז מקריב פאר׳ן טויטען חלום איר געלעכטער. די זוניגע פלעכטעך דעם שײנעם קערפער. דער ״רשע״׳ װאס אין מענש האט זיך אין ראזענען געװעקט״ אים אונטערגעזאגט׳ אז ער׳ ראזען׳ איז העכער פון מיס לארענס און שטארק געװאלט פארפירן א שמועס װעגן איר פערזענ־ ליכן לעבן. זי האט דאס באמערקט׳ אויםגעמיטן דעם געשפרעך און יעדעס מאל װען ער האט אים װידער אנגערירט׳ איז זי איבערגעגאנגען צו אנאנדער ענין. מיס לארענס האט אים ניט אויפגעהערט צו גלעטן׳ געװעץ אזוי ליבליך׳ װי זי װאלט מורא געהאט אים אנצואװערן. און אז ער האט שפעט אין אװענט זיך אויפגעשטעלט׳ זיך גענומען געזעגענען׳ האט זי נאך אלץ גערעדט׳ געװען שטאלץ מיט איר ױנגען פרײנד׳ אים אפ־ געהאלטן בײ דער טיר׳ ניט ארויסגעלאזט זײן האנט פון אירער. ראזען איז געשטאנען װי אין פיבער. די נאהנטקײט׳ די צושויבערטע האר׳ די װערטער - אלץ האט אים געהילט אין צעפלאמטע נעצן. און אז ער האט זיך שוין געפונען הינטער דער טיר׳ האט ער דערפילט אז זי איז פאר אים איצט מעהר װי די פריהערדיגע מים לארענס. ער איז גע־ שטאנען א װײלע׳ געטראכט װאוהין צו געהן׳ זיך אײנגעקוקט אין דער שטילער נאכט און אויפגעכאפט פון דערװײטענס אן אפקלאנג פון א געװײן. ער האט זיך בעסער אײנגעהערט. עס איז אים מיט אמאל אײנגעפאלן׳ אז דאם שטילע געװײן טראגט זיך פון מיס לארענסעם צימערן. ער האט שוין אנגע־ נומען די האנדטאבע׳ געװאלט צוריק ארײנגעהן׳ איז װידער שטיל געװארן.. דער מח האט בײ ראזענען פיבערהאפט גע־ ארבעט׳ געזעהן אויף מײלן׳ און דאס שטילע געװײן האט זיך געטראגן מיט מעהר פײן װי פריהער. ער האט לײכט געעפנט די טיר. מים לארענם א האלב נאקעטע איז געלעגן געקײקעלט׳ אנגעװארפן בילדער׳ צעשװאומען און איבער־ געלאזט נאך זיך חלומות׳ - אין דעם צימער האט ■ארבענקט געקלונגען מיס לארענםעס שטימע. אן אויפגעלעגטער איז ראזען געגאנגען צו מים לארענם׳ זיך יעדע װײלע א טאפ געטאן בײ דער בוזעם־קעשענע׳ װאו זײן נאר װאס אנגעשריבענע ערצעהלונג איז געלעגן׳ געזעהן פאר זיך איר שמײכל און א דאנקבארקײט האט אים ארומ־ גענומען. ער האט זי פארגעטערט׳ קײנמאל ניט געטראכט װעגן איר װי א נײנצען־יאריגער בחור טראכט פון א ױנגער שײנער פרוי• ער איז געװען זיכער׳ אז זי איז אנדערש פון אנדערע - זי איז מים לארענס. און הינטער דעם אלעם האט געשװעבט׳ װי אין א תהו־ובהו אן אפקלאנג פון א זינדיגער מחשבה׳אהן אפארם׳ אהן א נאמען׳ זיך געקײקעלט דורך זײטיגע װעגעלעך׳ װאס האבן׳ דאכט זיך׳ קײן שײכות ניט געהאט מיט מיס לארענס• און אין דער זעלבער צײט האט ער פון ערשטן טאג אן׳ װאס ער האט זיך מיט איר באקאנט׳ קײנמאל ניט געזעהן אין איר די פרוי• איז געװען א זוניגער טאג׳ פלעגט זי נעמען די שילער און ארויספארן מיט זײ הינטערן שטאדט׳ פארלעזן שטיקער פון שעקספיר אזוי׳ אז יעדער איז ארײנגעצויגן געװארן׳ מיטגעשפילט. און אז דאם װעטער איז געװען שלעכט׳ האט זי זיך ארומגעזעצט מיט די מײדלעך און בחורים׳לעך׳ גענומען לײנען א בוך׳ ארומגערעדט זײטיגע זאכן׳ װאס האבן׳ דאכט זיך׳ קײן שײכות ניט געהאט מיטן ענין און בײ אלעמען האבן זיך די אויגן געעפנט׳ אלײן גענומען זעהען׳ געהאט די פרײד פון שאפן׳ פון פאנאנדער־ װיקלען פלאנטערס... קײנער האט ניט געװאוסט׳ פארװאס מים לארענס האט ניט חתונה׳ פארװאס זי האט ניט קײן באקאנטע׳ חבר׳ט זיך בלויז מיט די שילער׳ װאוינט אײנע אלײן. און׳ אז א שילערין האט דערצעהלט׳ װי זי האט מיס לארענם געטראפן פאר דער הײליגער גאט׳ס־מאמע אויף די קניע א פארװײנטע׳ האבן אלע מיט רחמנות גענומען קוקן אויף דער נאך ױנגער דאמע׳ װאס לאכט אזוי הארציג׳ אז אלע מוזן מיטלאכן און אין דעם געלעכטער איז דא אזא ליכטיגקײט, װאם מישט זיך אויס מיט אירע זוניגע׳ עטװאם צופאטעלטע האר♦ אין די אװענטען׳ װען ס׳איז זעלטן פארבײגעגאנגען א מענש׳ האט זי ראזען באגעגענט אין פארק. זי איז ניט גע־ גאנגען׳ דאכט זיך געלאפן איבער די פינםטערע אלעען אײנע אלײן. דער ראק צוקנעפעלט׳ די האר צושויבערט׳ געקוקט אין אלע זײטן׳ װי זי װאלט עמיצן געזוכט׳ און אירע טריט האבן אויסגעקלאפט דעם אומרוה פון דער נאכט• ראזענען איז אײנגעפאלן׳ אז מיס לארענס מוז זעהר לײדען׳ מוז זײן אומגליקליך׳ אנדערש װאלט זי ניט געקאנט אזוי לאכען׳ ניט געקאנט מיטן בלויזן קלאנג פון איר שטימע אויםשפינען ארום זיך א לעגענדע♦ אװענט נאך אװענט פלעגט ער זיך באהאלטן צװישן די בוימער און א פארציטערטער װארטן זי זאל פארבײגעהן. דעמאלט האט ער איר געװיזן זײן ערשטע ערצעהלונג• זי האט אים גערופן צו זיך׳ פארהאלטן זיך צו אים װי צו אירס א גלײכן׳ לאנג גערעדט׳ אים אויפגעהויבן איבער זיך׳ געצײגט װי מענשן קאנען ניט שרײבן. און אז ראזען איז אװעקגעגאנגען האט ער געפילט׳ אז די װעלט איז שײן׳ װי