Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 36 (sequence 42)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 83% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--225-9581509- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
צו ברענגען׳ װי פריהער׳ (באר!) קרבךמנחות און װײרויך״ און װעגן קרבן עולות איז קיין ווארט נישט דערמאנט• דאס האט א גװאלטיגע באדײטונג: אויב אז די היעראקראטיע פון ירושלים איז נישט געװען בכוח אינ־ גאנצן ניט צו דערלאזן׳ אז עס זאל נאך ערגעץ זײן אן ארט׳ װאו מ׳זאל קאנען ברענגען קרבנות צו יהוה׳ אויסער ירושלים׳ האט זי אבער אויסגעפירט׳ אז דאס וויכטיגסטע זאל מען נישט נאכגעבן׳הה״אזקײןקרבנותפוןבלוטטארן ניט געבראכט װערן אין קײן אנדער ארט׳ אויסער דעם׳ וואס איז אויסדערװײלט געװארן פון גאט♦ אויב די קהלה האט אבער אויך אויסגענוצט די ערלויבעניש און אויפגעבויט פון דאם נײ דעם טעמפל װײסן מיר ניט• סײ אין די פאפירוס׳ סײ אין דער אויסגראבונג בכלל האט מען קײן שום באװײז דערפאר נישט געפונען• װאס זעהען מיר פון דעם ארויס׳ און װאם פאר א ליכט װארפט דער דאזיגער פאפירוס אויף דער יידישער געשיכטע בכלל? ס׳איז פאר אונז געװען װיכטיג צו װיםן׳ װי אלט די ײדישע קאלאניע פון עלעפאטינע איז• מיר האבן דאס כמעט װי מיט דער גרעסטער זיכערקײט פארענטפערט• מיר האבן געזעהן׳ אז די קהלה האט געקאנט אנטשטײן אין דעם 7־טן יאר־ הונדערט• דאס װיכטיגסטע איז אבער פאר אונז די צײט׳ פון װעלכער עס שטאמען די פאפירוס גופא• דא האבן מיר שוין גענויע דאטעס אין די װיכטיגסטע פון זײ: דאס איז דער לעצטער פערטל פון דעם 5־טן יארהונדערט פאר קריסטום• װאלט די װיסנשאפטליכע קריטיק אויף׳ן געביט פון דעם תנ״ך׳ אין דעם פאל אויף׳ן געביט פון דער געזעצגעבונג און חומש׳ געמאכט א טעות סײ אין דער אײנטײלונג פון דער געזעצגעבונג׳ אזוי אויך אין דער צײט׳ װען עס איז פארפאםט געװארן׳ װאלט דער רעליגיעזער לעבן פון דער ײדישער מיליטער־קאלאניע אין מצרים געװען אן אנדערער• אויב אז דער חומש דברים׳ אדער אפשר נאך ויקרא און במדבר׳ װאלטן׳ װי עס מײנען די ארטאדאקסן׳ געװען עלטער׳ װי עס איז געקומען צו דעם אויספיר די ראציאנאליסטישע קריטיק - װער רעדט נאך׳ אז די תורה איז געגעבן געװארן פון משה׳ן פון בארג םיני! - װאלט דאך אויך די ײדישע קהלה פון עלעפאנטינע עפעס געװאוםט פון דעם׳ און אין אירע רעליגיעזע מנהגים װאלט מען געפונען אויך א שפור פון דער געזעצ־ געבונג פון דברים און פון די חומשים ויקרא׳ במדבר און א טײל שמות♦ דאס איז אבער ניט אזוי• בעת די ײדישע אײנ־ װאוינער פון עלעפאנטינע האבן אויסגעװאנדערט פון יהודה און ישראל׳ איז נאך דאס רעליגיעזע לעבן פון די ײדן אין פאלעסטינע געװען פונקט אט אזא׳ װי עם האט געלעבט די ײדישע קהלה אין עלעפאנטינע נאך אין סוף פון דעם 5־טן יארהונדערט• אזוי ארום האט די ראציאנאליסטישע װיסנשאפטליכע קריטיק געפונען אין די ײדיש־אראמעאישע פאפירוס פון עלעפאנטינע דעם בעסטן באװײז בנוגע אירע געגנער• װעגן דעם עקאנאמישן לעבן םון דער דאזיגער עלטסטער ײדישער קהלה אין דער דיאספארע נאכן גלות־ בבל זעהען מיר כמעט דאם אײגענע׳ װי פון דעם לעבן פון די שילדערנדיג׳ װי אזוי די מצרײם האבן חרוב געמאכט יהוה׳ס טעמפל(מיר מעגן רוהיג זאגן: *בית־המקדש״) אין עלעפאנטינע? זי םארלאנגט׳ אז מ׳זאל דערלאזן צוריק אויפבויען דעם טעמפל׳ כדי מ׳זאל קאנען ברענגען׳ װי פריער׳ קרבן עולות׳ קרבן מנחות און װײרויך• קורץ׳ די ײדישע קהלה פון עלע־ פאנטינע האט נאך צום סוף פון דעם 5־טן יארהונדערט קײן שום השגה ניט פון דער אנטװיקלונג׳ װאס עס איז פאר־ געקומען אין ירושלים םאר די לעצטע 200 יאר• די דאזיגע קהלה האטגעמוזט אנטשטײן׳ װימיר האבן געזעהן׳ אץדעם ל־טן און אנהײב פון דעם 6־טן יארהונדערט׳ דעריבער האט זי לחלוטין ניט געװאוסט פון דער גרויסער רעפארס׳ װאם יאשיהו האט ארײנגעבראכט אין 621־יאר׳ און א פשיטא שוין פון דעם ״כהנים־קאדעקס״׳ װאס עזרא האט אײנגעפירט• װארים אויב אפילו די ערשטע צװײ דורות פון עלעפאנטינע האבן יא געקאנט װיסן פון דעם נײעם געזעץ פון יאשיהו׳ האבן אים זײנע זין אין דער צײט פון זײער קעניגן באלד מבטל געמאכט׳ נאך אײדער די מאסע האט אפילו באװיזן אויפצונעמען אים• דערפאר לעבט נאך די קהלה פון עלעפאנטינע מיט די אלטע רעליגיעזע מנהגים פון 7־טן יארהונדערט און איז אזוי תמימות־ דיג און בעט דעם כהן־גדול פון ירושלים׳ אז ער גופא זאל נאך העלפן אויפצוריכטן דעם טעמפעל פון עלעפאנטינע• די דאזיגע קאלאניע װײס נאך מער ניט װי פון דעם אלטן געזעץ פון שמות 24׳ 20• זי װײס נאך מער ניט׳ װי אז עס איז גאר אפילו א מוז צו מאכן א מזבח פון ערד׳ צו שעכטן אויף אים קרבנות׳ עולות און שלמים׳ צו מאכן א מזבח אויף יעטװעדער ארט׳ װאו גאטץועט דערמאנען זײן נאמען און װאו ער װעט קומען און בענטשן• די דאזיגע קהלה װײסט אבער לחלוטין ניט פון דעם נײעם געזעץ׳ אז מ׳מוז פארטיליגן אלע מזבחות אויף יעדן בארג און בערגל; זי װײס נישט פון דער קאנצענ־ טראציע פון דעם קולט׳ אז נאר דארטן מעג מען איצט ברענגן קרבנות און שעכטונגען׳ מעשר און תרומה׳ װאו ״יהוה דער גאט װעט אויסדערװײלן פון אלע זײערע שבטים׳ אויף צו באהעפטן דארטן זײן נאמעך• דעריבער איז נאטירליך׳ װאס די קהלה פון עלעפאנטינע האט ניט באקומען קײן תשובה פון דעם כהן־גדול פון ירושלים אויף איר ערשטן כתב: א י ן ירושלים האט מען שוין איצט געקוקט אויף אזא עדה יידן העכסטנס אזוי, ווי אויף די שומרונים• צום גליק אבער האבן מיר צװישן די פאפירוס אויך דעם פראטאקאל פון דער תשובה׳ װאס די קהלה פון עלעפאנטינע האט באקומען פון ב ג ו ה י ׳ דעם פערסישן אויפזעהער איבער ירושלים׳ אויף איר צװײטן כתב• די תשובה איז פאר דער קהלה א באפרידיגענדע• אפשר האט בײ דעם דאזיגן גוטן רעזולטאט געשפילט ניט קײן קלענערע ראל *דאס זילבער׳ װאס דאס איז װערט״׳ װאס די שלוחים פון עלעפאנטינע האבן געהאט בא זיך אויף איבערצוגעבן פערזענליך ב ג ו ה י ן און װעגן װאס מ׳גיט אן אנצוהערעניש אין דעם כתב׳ װי די הבטחה פון דער קהלה׳ אז מ׳װעט בעטן גאט פאר אים• די תשובה איז א גוטע׳ אבער אײן זאך איז דא א מערק־ װירדיגע: די קהלה האט געבעטן׳ אז מ׳זאל לאזן אויםריכטן צוריק דעם טעמפל, אויף צו ברענגען קרבן עולות׳ קרבן מנחות און װײרויך• אין דער תשובה הײסט עס אבער: ״אויף