Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 35

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 35 (sequence 41)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--224-9581508
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אנפירונג פון קלערמאן״גאנא• קײן פאפירוס אבער האט די פראנצויזישע עקספעדיציע נישט געפונען״ האט אבער אויסגעגראבן דעם טעמפל פון דעם אלטן מצרישן גאט חנוב׳ אדער חנום• די דאזיגע אראמעאישע פאפירום פון דער דײטשי־ שער אויסגראבונג האט אינגאנצן ארויסגעגעבן עדוארד ז א כ ו י (לײפציג- 1911)• מיר קומען איצט צו דעם אינהאלט פון די פאפירוס גופא• דאס װיכטיגסטע איז פאר אונז צו זעהן דעם רעליגיעזן לעבן פון דער ײדישער קהלה אין עלעפאנטינע• מ י ר ז ע ה ן ד א פאר זיך דעםלעבן פון דער יידישער קהלה אין דער דיאספארע איןסוףפון דעם פינפטן יארהונדערט׳ און ער איז אזא׳ ווי ער איז געווען אין יהודה נאך פארן אײנפירן דעם קאנצענטרירטן קולט דורכן קעניג יאשיהו אין 621־טן יאר• אין דעם פאפירוס 18׳ טרעפן מיר א גרויםע רשימה פון די פערזאנען׳ װאם צאלן שטײער פאר די רעליגיעזע הצטרכותן• עס זײנען פארצײכנט 129 נעמען׳ דער דאזיגער פאפירוס איז זײער גאנץ. אין דעם ל־טן אפזאץ איז אנגעגעבן דער סך הכל פון די געלט׳ אינגאנצן 31 כרשן מיט 8 שקל• אין דער עלפטער שורה װערט אויך געזאגט װאס מ׳האט געטאן מיט די געלט• עס שטײט געשריבן: פאר יהו (דאס איז דער אפגעקירצטער נאמען פון דעם ײדישן גאט יהורי) 12 כרשן מיט 6 שקל׳ פאר אשמביתאל ר כרשן און פאר ענתביתאל 12 כרשן• מיר זעהןיאלזא׳ אז די ײדישע קהלה פון עלעפאנטינע פארעהרט אין דעם סוף םון 5־טן יארהונדערט׳ (ווארום אלע פאפירוס זיינען פון יענער צייט) צוגלייך מיט יהוה נאך אנדערע צוויי געטערןדער לעצטערגאט׳ריכטיגער: געטין׳ באקומט כמעט אזוי פיל׳ װיפיל עם באקומט יהוד.. דאהאבןמירנאךפאר זיך די ײדישע פאלקס־רעליגיע: דע ם אל ט ן בע ל און די א ש ת ו רת• דאס איז די זעלביגע פאלקם־רעליגיע׳ קעגן װעלכער די נביאים האבן געקעמפט׳ אײדער עס איז נאך אנטשטאנען די קאנצענטראציע פון דעם קולט און אײדער יהוה האט בײגעקומעןדי אנדערע געטער• דער גאט אשמביתאל׳ אזוי װי ער איז דא געשריבן׳ איז אונז ניט באקאנט? ענליכע געטער געפינען מיר אבער• אזוי׳ א שטײגער׳ האלט א ו נ ג נ א ד׳ אז דאס איז דער זעלביגער פײער גאט פון בבל׳ דער גאט איש ו ם; ל ידצ ב אר סקי האט אים אידענ־ טיפיצירט מיט דער געטין סים פון צםון־סוריא און גרעסמאן איז זיכער׳ אז ער איז גלײך מיט דער *אשמת״ פון שומרון׳ װעגן װעלכן עס רעדט עמום אין דעם 8־טן קאפיטל• די צװײטע געטין אבער׳ *ענת״׳ איז גענוי באקאנט• מיר קאנען דא ניט רעדן פון קײן אבסאלוטן געצנדינםט׳ נאר מיר זעהען דא פאר זיך׳ װי מיר האבן שוין געזאגט׳ די ײדישע פאלקס־ רעליגיע׳ װאו נעבן יהוה שטײען נאך אנדערע געטער׳ ניט װעלענדיג קלענער מאכן דערמיט זײן מאכט % װארים אלע נעמען׳ װאס מיר טרעפן אין די פאפירוס האבן נאר א שײכות מיט יהוה׳ ניט מיט די_אנדערע געטער• װארים װאס פארלאנגט די ידישע קהלה פון עלעםאנטינע אין איר צװײטען כתב צו יהוחנן דעם׳ כהן־גדול םון ירושלים, סאלדאטן. א גרויסער טײל פון זײ איז געװען פון ס ו ר י א און פון פ א ל ע ס ט י נ ע, דאם הײסט אויך פון ײדן. װארים אונזער קאלאניעגופא איז א ײדישע מיליטער־קאלאניע• אויף אזא אופן, װעלן מיר אויך פון דער זײט קומען צו דער צײט, בעת מיט דער הילף פון די געדונגענע פרעמדע חײלות האבן פסאמעטיך 1 (664-609) און פסאמעטיך 11 (594-588) אראפגעװארפן דעם יאך פון אשור׳ אויפגעריכט צוריק די מצרישע מלוכה׳ און עלעפאנטינע איז געװארן צוריק שטארק אלס פעסטונג• קורץ, עס װעט ניט זײן קײן גראבער גרײז, װען מ׳זאל זאגן, אז די ײדישע קהלה אין עלעפאנטינע מוז שטאמען פון דעם 7־טן און 6־טן יארהונדערט פאר קריסטום. װען׳ און װי אזוי האט מען די דאזיגע פאפירוס אויס־ געגראבןז שוין בימי נאפאליאן איז געװען א פראנצויזישע װיסנשאפטליכע עקספעדיציע אין מצרים און אין עלעפאנטינע• אויסער באאבאכטונגען האט זי אבער, אויף װיפל איך װײס׳ קײן ממשותדיגערעס ניט אויפגעטאן• ערשט קורץ פאר דעם סוף פון דעם 19־טן יארהונדערט איז די װיסנשאפטליכע װעלט געװארן אויפמערקזאם אויף די אוצרות, װאס עס װערן אויסגעגראבן אויפן ארט פון דער אלטער גרויסער מצרישער פעסטונג• די צעפוילטע חורבות זײנען פאר די פעלאכן געװען א גוטער מיטעל אויף צו גראבן און מיסטיגן ׳מיט דעם די פעלדער• אזוי ארום׳ האט זיך אין דער גאנצער געגנט גע־ נומען װאלגערן אויסגעגראבענע שטיקלאך פון פארשידענע פאפירום, אסטראקא(שערבלאך) מיט אראמעאישע אויפשריפטן א• א. װ• א טײל פארהעלטניסמעסיג גאנץ געבליבענע פאפירוס האבן שוין ראבערט מאנד און וויליאם םעסיל >אין 1904 אפגעקויפט בא אסואנער הענדלער, און די דאזיגע פאפירום זײנען ארויס אין לאנדאן אין 1906: ס31ת31־1.\7 06ץ3§ .11 ׳(<! 1)6)11)3 ,881130^ )3 6£1־61׳\11800) 1־1׳3ק3ק .(1906) מס1>תס£ ,ץ16*ס0 .£ )ס 3036)35318 1110 נאך אײנעם א װיכטיגן דאקומענט האט באקומען די שטראס־ בורגער מלוכה־ביבליאטעק אין 1889׳ ארויסגעגעבן פון א ו י ט י נ ג אין 1903• דאס האט געגעבן דער װיסנשאפטליכער װעלט - פריער דער דײטשישער, דערנאך אויך דער פראנצויזישער - דעם לעצטן שטויס אויף צו שיקן אן עקספעדיציע קײן עלע־ פאנטינע׳ װאס זאל דורכפירן די אויסגראבונגען• אין 1906 האט די גענעראל־פארװאלטונג פון די בערלינער מוזעען באקומען דערצו די נויטיגע דערלויבעניש און ארויםגעשיקט די עקםפעדיציע אונטער דער אנפירונג פון פראפעסאר א• רובינזאן. געגראבן האט די דײטשישע עקםפעדיציע אין דרײ קאמ־ פאניעס: פון 1906 ביז 1908. בא דער ערשטער קאמפאניע האט מען געפונען א גרויסע צאל גריכישע און דעמאטישע פאפירוס םון דער שפעטערדיגער פטאלאמעישער צײטז בא דער צװײטער און דער דריטער - די אומגעהויערע צאל פון די ײדיש־אראמעישע פאפירוס, װאס אינטערעםירן אונז דער עיקר. גלײכצײטיג, בא דער צװײטער און דער דריטער קאמפאניע, האט אין דעם מזרח׳דיגן טײל פון דער שטאט געגראבן אויך א פראנצויזישע עקספעדיציע אונטער דער 35

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.