Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 37 (sequence 43)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--226-9581510- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
וי :ן ז־,■: ־,׳ 1 1• אז דאס רעליגיעזע לעבן פון דער דאזיגער ײדישער ק$ל$ניע איז אזא׳ װי עם האבן געלעבט די ײדן אין דעם אײגענעם לאנד גוםא אין דעם 7־טן יארהונדערס׳ ד• ה• בעת עס האט נאך מער ניט װי עקזעסטירט דאס אלטע געזעץ און פון קײן צענטראליזירטן קולט האט מען ניט געװאוסטו 2. אז דורך די דאזיגע פאפירוס האט די װיסנשאפטליכע קריטיק אויףץ געביט פון דעם תנ״ך, און במילא אויף דעם געביט פון דער ײדישער געשיכטע, געפונען א באשטעטי־ גונג; און 3. אז אויך אין דער א ל ט ע ר צײט, נאך פארן העלעניזם, איז די ײדישע פאלקס־שפראך געװען ניט נאר העברעאיש אלײן, נאר אויך די שפראכן, װאס זײנען אין די פארשײדענע תקופות געװען זײ הערשנדע• מיר ברײנגען דא די איבערזעצונג פון דעם פאפירוס 1 און א פראגמענט פון דעם אריגינאל גופא, לויט דער נומערירונג פון פראפסעאר ע ד ו א ר ד ז א כ ו י, דעם ארויםגעבער פון די גאנצע פאפירום• טראנסקריבירט װי אויך צונויפגעשטעלט די פראגמענטן, האט ה• איבשער. איבערגעזעצט אויף ײדיש איז עם פון אראמעאישן אריגינאל, מיט דער הילף םון דער דײטשישער איבערזעצונג פון זאכוי און די קריטישע אנ־ װײזונגען פון אונגנאה רעפראדוצירט איז דער אריגינאל מיט׳ן הסכם פון דער בערלינער אונױוערזיטעט־ביבליאטעק• פאפירום 1, דער כתב פון דער יידישער קהילה פוןעלע- פאנטינע צו בגוהי, דעם פערםישן אויפזעהער םוןיהודה• I. צו אונזער האר בגוהי, דעם פירםט פון יהודה, דײנע קנעכט ידניה מיט זיינע לײט, די כהנים פון דער פעסטונג יעב• פרידן• ב. פון דעם גאט פון הימל צו אונזער האר צו יעדער צייט און גנאד זאל ער מיט דיר טאן פאר דעם קעניג דריוש.• 3. און פאר זײן הויזגעזינד טויזנט מאל מער, װי איצט, און ער זאל דיר געבן לאנגע יאר. און גליקליך און שטארק ז$לםטו זיין צו יעדער צײט• 4. אצונד טוט רעדן דיין קנעכט און זײנע לייט אזוי: אין חודש תמוז אין פערצענטן יאר פון קעניג דריוש׳ אז ארשם 5. האט ארויםגעצויגן צום קעניג, האבן די כומרים םון דעם ג$ט חנוב פון דער פעסטונג יעב אפגערעדט (ז) מיט וידרגג, דעם פירםט פון דאנען׳ 6. אזוי: דעם טעמפל פון דעם ג$ט יהו אין דער םעםטונג יעב זאל מען אפקערן פון דזןרטן. דערנאך האט געשיקט וידרנג 7. דער פארשאלטענער (ז) א ברױו צו זײן זון נפין••׳ דער פעלדערהאר פון דלר פעסטונג םוען (און געשריבן) אזוי: ,״דעם טעמפל 8. פון דער פעםטונג יעב זאל מען צעשטערן.׳• האט נפין אװעקגעצויגן מיט מצרײם און נאך אנדערע חײלות אין דער פעםטונג יעב (צוזאמען) מיט זייערע געצײג(ז)• 9. זײנען אריין אין טעמפל׳ צעשטערט אים ביז צו דער ערד׳ און די זײלן פון׳שטײן׳ װאם זײנען דארטן געװען׳ האבן זײ צעבר$כן. אױך איז םאר־ געקומען׳ אז זיי האבן צעשטערט 10. פינף שטיינערנע מויערן׳ געבויט פון געהאקטע שטיינער׳ װאם זיינען געװען אין טדמפל׳ די הילצערנע טירן און II. די קופערנע שרויפן און דעם דאך פון צעדערהאלץ, אלצדינג מיט..••• װאם דןןרטן איז דיײיש 11׳ 424-405. לויט זאכוי: נעםאיאן• ״עם שור־ת אשרנא״׳ אומקלאר• ײדן אין ב ב ל. די קהלד״ װי דאס װײזט פאפירום 18 םון די שטײערן לטובת די געטער׳ איז ניט $רים, די קהל׳ס לײט - באמת רײך. (ווי נרויס די קהילה איז געװען קאן מען גענױ ניט זאגן׳ נאר העכער טויזנט נפשות אהן א סםק)• אױסער דעם אומדירעקטן באװײז אויך פון פאפירוס 1׳ געפינען מיר צװישן דער גרױסער צאל פאפירוס א סך קאנטראקטן און כתבץ׳ װאס װארפן א העלן ליכט אויף דעם צום טײל גוטן עקאנאמישן לעבן פון דער ײדישער קאלאניע• דער דוחק אין ארט װעט אונז דא ערלויבן נאר איבערצוזעצן אײניגע פון די פאפירוס, און מיר מוזן דעריבער אנגעבן אין קורצן דעם אינהאלט פון די װיכטיגערע פון זײ• אין פאפירום 15 געפינען מיר צוױשן די אפגעבראכענע שורות א תביעה פון אײנעם א זון פון הושע צו אײנעם פס װעגן געלט• װי א ו נ ג נ א ד האלט׳ מוז דאם זײן נוגע א גמילות חסד׳ װאס פס האט ניט אפגעגעבן צו דער צײט טן׳ דעם זון פון הושע• אין פאפירוס 18׳ װי מיר האבן שוין דערמאנט׳ טרעפן מיר י א גרויםע רשימה פון די פערזאנען, װאס צאלן שטײער פאר די רעליגיעזע הצטרכותן• אין פאפירום 27 רעדט זיך׳ משמעות׳ װעגן גרויסע געשעפטן• דער זון פון הודיה און אחיאב האבן געדארפט׳ אין שליחות םון אויפקויפן פאר דעם עלעפאנטינער גארניזאן תבואה און באקומען דערפאר 100 כרשן• פאפירום 30׳ װאס איז געבליבן לחלוטין גאנץ׳ באװײזט אונז אמבעסטן׳ װי הויך די צינזען זײנען געװען• יהויחן האט געלי־ען בא משלן 4 שקל• דערפאר צאלט יהוחן משלן מאנאטליך 2 חלכךס פראצענט• דאס איז סו/1 פון דער גאנצער סומע און דאס מאכט אוים׳ לויט עד• מײער׳ העכער פון 60%• אויב דער גמילות חסד װערט ניט אפגעגעבן צום יאר צוריק׳ האט משלן און זײנע קינדער די שליטה אויף יהוחן און זײנע קינדער. דאם הײסט׳ זײ װערן פאר די 4 שקל פארקויפט פאר קנעכט• י אין דעם אפגעבראכענעם פאפירוס 45׳ װאס האלט 5 שורות׳ האבן מיר א קאנטראקט צװישן סמכי דעם זון פון ששי מיט שלמם דעם זון םון גלגל׳ א קאנטראקט אויף זילבער׳ װײץ און גערסטן• ענליכע געשעפטס־אפמאכן׳ װי אויך תביעות׳ געפינען מיר אין א גרויםער צאל אויך צװישן די איבעריגע פאפירוס• צום םוף מוזן מיר נאך זאגן א פאר װערטער װעגן דער ש פ ר א ך פון דער דאזיגער ײדישער מיליטער־קאלאניע• די פאפירוס פון עלעפאנטינע װעלן פאר דער ײדישער שפראך־ װיסנשאפט׳ אדער ריכטיגער פאר דער געשיכטע פון די יידישע שפראכן׳ האבן א זעהר גרויסע באדײטונג• מיר זעהען דא׳ אז אין משך פון אן ערך צװײ הונדערט יאר װערט ניט נאר די ײדישע פאלקס־שפראך אראמעיש׳ נאר אויך די אפיציעלע ײדישע אינסטיטוציע׳ די ק ה ל ה ׳ שרײבט אירע כתבן׳ װאס זי שיקט קײן ירושלים׳ אויף אראמעאיש• מאכן מיר דעם סך־הכל פון דעם גרויסן געפינס• פון די אראמעאישע פאפירוס פון דער ײדישער מיליטער־קאלאניע אין עלעםאנטינע זעהען מיר: 37