Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 34

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 34 (sequence 40)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
82% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--223-9581507
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אין דעם פאפירוס 1׳ דעם װיכטיגסטן כתב׳ פון װעלכן מיר זעהען דעם רעליגיעזן לעבן פון דער קהלה און װעלכן מיר ברײנגען אונטן אין אריגינאל׳ - דעם כתב׳ װאס די ײדישע קהלה פון י ע ב (עלעפאנטינע) שיקט ״צו דעם האר בגוהי׳/ דעם פירסט פון יהודה׳ און זי איז מודיע׳ אז די מצרײם האבן חרוב געמאכט זײער בית־המקדש״ זאגט׳ אמת- די קהלה׳ אז ״אונזערע עלטערן װאוינען דא פון די צײטן פון די מצרישע מלכים אך/ כדי שטארקער צו באטאנען׳ אז מ׳איז שוין אלטע תושבים אין עלעפאנטינע׳ און אז די קהלה איז דעריבער בארעכטיגט צו האבן אן אײגענעם טעמפל פאר איר אײגענעם גאט יהוה. אויב אז דאס װאלט געװען ריכטיג׳ װאלט שוין די ײדישע קהלה פון עלעפאנטינע געװען אלט׳ לכל הפחות׳ א דרײ טויזנט יאר׳ װײל זי עקזעסטירט׳ לויט װי זי גיט אן׳ פון ״די צײטן פון די מצרישע מלכים אן״ די ה,. שפעטסטנס פון דעם 3־טן יארטויזנט פאר קריסטוס• דאם איז אבער פונקט אזא גוזמא׳ װי די פיל אנדערע גוזמאות׳ װאס מ׳טרעפט אן אין די מםורות בא אלע פעלקערי הױת אבער׳ װי בא די דאזיגע אויסגראבונגען האט מען קײן שום דאקומענט׳ װאס זאל װײזן׳ אז די דאזיגע קהלה איז אזוי אלט׳ און אלע פא־ פירוס׳ װאס מ׳האט געפונען׳ זײנען נאר פון דעם 5־טן יאר־ הונדערט פון פאר קריסטוס׳ װעלן מיר דארפן זוכן אן ערך אט די תקופות אין דער ײדישער געשיכטע׳ בעת א גרויסע אויסװאנדערונג האט געקאנט פארקומען און איז פארגע־ קומען• װײט זוכן דארפן מיר ניט• אזוינע עפאכעס׳ לויט זײער גרויס׳ זײנען געװען אין דער ײדישער געשיכטע ביז צו דעם 6־טן און 5־טן יארהונדערט פאר קריסטוס דער עיקר צװײ: חורבן שומרון אוןחורבן ירושלים׳ שומרון איז באצװאונגען געװארן פון אשור אין 722־טן יאר פאר קריסטוס• ירושלים און דעם בית ראשון האט אינגאנצן חרוב געמאכט נבוכדנאצר אין 586. אין דער זעלבער צײט׳ בעת אשור האט חרוב געמאכט שומרון׳ האט אשור געװעלטיגט אויך איבער מצרים• דעריבער איז שװער צו גלויבן׳ אז די אנטרונענע פון שומרון און גאנץ ישראל׳ די אזוי גערופענע ״עשרת השבטים״׳ זאלן לויפן פון פײער אין װאסער: פון דער אײגענער לאנד פארטריבן צו װערן פון אשור און פליען קײן מצרים׳ װאו עס הערשט די זעלביגע מ ל ו כ ה. פון דער אנדער זײט אבער קאן אויך געמאלט זײן׳ אז די ײדן זײנען אוועקגעפירט געווארן אלס אונטערטעניגע און שקלאפן דװקא אין דעם װײטסטן ארט׳ װאו עס האט דערגרײכט די ממשלה פון אשור• דאס אבער װעט נאר זײן א השערה׳ אין דער צײט׳ װען מיר האבן גענויערע ידיעות פאר א שפעטערדיגערער צײט• מיר װײסן׳ אז בעת חורבן ירושלים איז ירמיהו הנביא געװען געצװאונגען פון א גרויסער צאל ײדן צו גײן מיט זײ קײן מצרים. ירמיהו האט געמוזט נאכגעבן. דא האבן מיר א נאטיץ פאר אונזער פראגע. געװים׳ זי װערט ניט אויסגעשעפט דורך דעם׳ װארים אין דעם פאל זײנען די ײדישע אנטרונענע גיכער געבליבן אין צפון־מצרים׳ װי אין דרום׳ הגם עס איז ניט אויסגעשלאסן׳ אז א טײל זאל האבן אריבערגעװאנדערט קײן דרום• דאס װיכטיגסטע איז אבער׳ װאס מיר װײסן׳ אז די גארניזאנען םון די מצרישע פעםטונגען פלעגן באשטײן אין יענער צײט פון געדונגענע זײן סאציאלן אינהאלט איז ער א דראקאנישער׳ עס איז גענוג צו דערמאנען זיך אן די פאראגראפן װעגן די קנעכט. די בא־ ציהונג פון דעם פאלק צו זײן גאט האט דער דאזיגער געזעץ נאך קלאר ניט פארמולירט׳ אדער ריכטיגער געזאגט: ער האט ניט גענוי פארמולירט דעם ק ו ל ט. מקריב זײן מעג מען׳ אדער בעסער געזאגט מ׳מוז׳ אויף יעדן בארג און בערגל. אז אץ דער אלטער צײט איז ניט נאר יהוה אלײן פארעהרט געװארן פון די ײדן״ נאר פונקט אזוי אויך בעל און אשתורת׳ װײס מען• דער קאמף קעגן דעם דאזיגן פאליטעאיזם איז נאך דעם קאמף פאר דער סאציאלער גערעכטיגקײט׳ געװען דער װיכטיגסטער פונקט בא די נביאים• זײ האבן דאס צוגעגרײט דעם באדן פאר דער נײער געזעצגעבונג• דעד דאזיגער נײער געזעץ איז פארעפענטליכט געװארן אין דעם אכטצעטן קעניגס־יאר פון דעם מלך יאשיהו (621 פאר קר.) דאס איז דער ״ספר־התורה״׳ װאס דער כהן גדול חלקיהו האט ״געפונען״ אין בית המקדש און איבערגעגעבן דעם קעניג יאשיהו׳ס סעקרעטאר׳ שפנ׳ען. עס זײנען שוין ניטא כמעט קײן חלוקי דעות װעגן ״דעם׳ אז דער דאזיגער ״ספר־ התורה״ איז אונזער ס פ ר ד ב ר י ם. עס קאן נאר זײן א פראגע׳ - װי װײט אונזער חומש׳ װעלכן מיר האבן איצט׳ איז דורך די פארשײדענע רעדאקציעם געענדערט געװארן. דער געזעץ אבער בעצם איז פונקט דער זעלביגער סײ אין דברים׳ אזוי אויך אין מלכים ב,׳ קאפ• כ״ג• אין דברים װערט געזאגט: ״פארטיליגן זאלט איר אלע ערטער׳ װאו עס האבן געדינט די פעלקער׳ װעלכע איר װעט פארטרײבן׳ צו זײערע געטער׳ אויף די הויכע בערג און אויף די בערגלאך און אונטער יעטװעדן טענענבוים ז צעשטויסן זאלט איר זײערע מזבחות און צעברעכן זײערע מצבות און זײערע אשרות (די לינדען־ בײמער) זאלט איר פארברענען אויף׳ן פײער׳ און די בילדער פון זײערע אפגעטער זאלט איר פארשנײדן׳ און פארטיליגן זאלט איר זײער נאמען פון יענעם ארט״. און אין דעם באפעל פון דעם קעניג יאשיהו הײםט עס: ״און דער קעניג האט פארזאגט דעם כהן גדול חלקיהו און די כהנים זײנע העלפער׳ און די היטער פון דעם שװעל׳ ארויסצוציען פון גאטס היכל אלע כלים׳ װאס זײנען געמאכט געװארן פארן בעל און פאר דער אשרװ און פאר אלע אנדערע הארן פון הימל׳ און מ׳זאל זײ פארברענען מחוץ םון ירושלים״ א. א. װ. קורץ׳ - מיט דער דאזיגער געזעצגעבונג׳ מיט װעלכער יהוה ראנגלט אוים פאר זיך די אלמאכט׳ הײבט זיך אן די קאנצענטראציע פוןדעם קולט איןאײןארט. \װערט פארענדיגט נאכן גלות־בבל מיט דעם ״כהנים־ קאדעקס״׳ מיט עזרא׳ם געזעצגעבונג׳ װאס איז אנטשטאנען אויפן סמך פון יחזקאל הנביא׳ס פראגראם• אזוי זעהען מיר אז אין 5־טן יארהונדערט׳ נאך דעם׳ װי דער בית המקדש איז װידער אויפגעריכט געװארן׳ איז שוין געװען נאר ירושלים דער אײנציגער ארט׳ װאו מ׳האט געמעגט ברענגען קרבנות ־צו גאט• אויף אזא אופן׳ איז די פראגע׳ װי אלט עם איז די ײדישע קהלה פון עלעפאנטינע אײנע פון די װיכטיגסטע. דאם לעבן פון דער קהלה אין דער דיאספארע דארף װארםן א ליכט אויף דעם לעבן פונ׳ם פאלק אין דעם אײגענעם לאנד גופא•

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.